הגם דער פֿאַרגאַנגענער חודש, ניסן, ווערט אָנגערופֿן אין דער תּורה „חודש האָבֿיבֿ‟, האָט זיך אין ניו-יאָרק ערשט די לעצטע פּאָר וואָכן דערשפּירט אַן עכטע פֿרילינגדיקע אַטמאָספֿער. אין די שטאָטישע פּאַרקן צעבליִען זיך בלומען; יונגע פּאָרלעך קושן זיך, פֿאָרנדיק אויפֿן פּאַראָם פֿון סטאַטען-אײַלענד קיין מאַנהעטן; די וואַרעמע זון שײַנט איבערן ים און גיט צו דעם געוויינטלעכן ניו-יאָרקער טראַנספּאָרט אַ באַזונדערס ראָמאַנטישן טעם.
ווען פֿרומע ייִדן שמועסן, פֿאָרנדיק אינעם זעלבן טראַנספּאָרט, פֿרעגן זיי צומאָל איינער דעם צווייטן: „וויפֿל האָט מען נעכטן געציילט?‟. פֿון פּסח ביז שמועות ציילט מען די ספֿירת-העומר; די דאָזיקע מיצווה האָט אויך צו טאָן מיטן פֿרילינג. אינעם בית-המיקדש פֿלעגט מען יעדן טאָג, צווישן די דאָזיקע יום-טובֿים, ברענגען אַ געוויסע מאָס גערשטן פֿון דער פֿרישער גערעטעניש. צוליב דעם, דערמאָנט מען דעם דאָזיקן ריטואַל, ציילנדיק די טעג מיט ספּעציעלע תּפֿילות. כּדי מקיים צו זײַן די מיצווה כּהלכה, מוז מען געדענקען גענוי, וויפֿל טעג מע האָט שוין אָפּגעציילט.
די דערמאָנטע ראָמאַנטישע פּאָרלעך וואָלטן אַוודאי נישט פֿאַרשטאַנען — סײַדן זיי קומען אַליין פֿון אַ פֿרומער סבֿיבֿה — וואָס מיינט אויפֿן ישיבֿישן ענגליש „טו צייל‟ (צו ציילן די ספֿירה). אין דער אמתן, איז אַפֿילו נישט קלאָר, ווי אַזוי מע זאָל פֿאַרשרײַבן אַזאַ ווערב, ווײַל אויף דער ענגלישער שפּראַך איז דער אות „צדיק‟ אַ זעלטענער גאַסט.
עס קלינגט אפֿשר קאָמיש, אַז איין מענטש מערקט אָפּ דעם אָנקום פֿונעם פֿרילינג מיט אַ קוש, און אַ צווייטער — מיטן ציילן געוויסע ציפֿערן. מאַטעמאַטישע חשבונות און שפּראַך-שפּילערײַען פֿאַרנעמען אָבער גאָר אַ וויכטיקע ראָלע אין ייִדישקייט; אַדרבה, פּאַראַדאָקסיש, טראָגן זיי צומאָל אויך אַ ראָמאַנטישן טעם.
די נעמען פֿון ייִדישע חדשים שטאַמען פֿון בבֿל. דער איצטיקער חודש, אייר, מיינט „ליכט‟ אויף דער אוראַלטער אַקאַדישער שפּראַך און איז עטימאָלאָגיש פֿאַרבונדן מיטן העברעיִשן וואָרט „אור‟. אין דער ייִדישער טראַדיציע נעמט מען אויף אַזעלכע שפּראַך-געמישן זייער ערנסט; אינעם יעדן קלענסטן פּרט פֿון יעדער מענטשלעכער שפּראַך קאָן מען געפֿינען אַ טיפֿן באַדײַט; אויב אַ בבֿליש וואָרט איז פֿאַרהיימישט געוואָרן בײַ ייִדן, מוז אין דעם שטעקן עפּעס אַ סוד. למשל, פֿון די ראָשי-תּיבֿות אינעם פּסוק „אני י׳ רופֿאך‟ — „איך בין דער אייבערשטער, דײַן היילער‟ — באַקומט זיך דער נאָמען פֿונעם הײַנטיקן פֿרילינג-חודש, ווײַל ער איז מסוגל פֿאַר געזונט און רפֿואה.
יעדער טאָג פֿונעם עומר-ציילן האָט אַ שײַכוצ צו אַ געוויסער קאָמבינאַציע פֿון די הייליקע ספֿירות, וועלכע איז פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע מענערלעכע און ווײַבלעכע אַספּעקטן פֿונעם אוניווערס. פֿאַר אַ מענטש, וואָס אינטערעסירט זיך מיט קבלה, קאָן דער „טרוקענער‟ חשבון פֿון די ספֿירה-טעג — צום בײַשפּיל, דער זיווג פֿון די ספֿירות „יסוד‟ און „מלכות‟ — אַרויסרופֿן ראָמאַנטישע און סעקסועלע אַסאָציאַציעס. דאָס ווערט בפֿירוש דערמאָנט אין קבלה-ספֿרים, און אַ צאָל בלאָגערס לייגן פֿאָר אַזעלכע אָפּטײַטשן פֿון די ספֿירה-חשבונות אויף דער אינטערנעץ.
ווי ס׳איז באַקאַנט, איז קבלה פֿול מיט גימטריא-חשבונות. אַחוץ פּשוטע גימטריאות, נוצן די מקובלים אַ גאַנצע סיסטעם פֿון גאָר קאָמפּליצירטע מעטאָדן, כּדי צו געפֿינען באַהאַלטענע אַסאָציאַציעס צווישן אותיות, ווערטער און קאָנצעפּציעס. ס׳רובֿ אַקאַדעמישע פֿאָרשער פֿון קבלה מײַדן אויס דאָס דאָזיקע געביט, ווײַל זיי טראַכטן, אַז אַזעלכע מיסטישע שפּראַך-מאַניפּולאַציעס זענען צווייפֿלהאַפֿטיק און אַפֿילו אומזיניק. אויב מע נעמט צוויי צופֿעליקע ווערטער אָדער אויסדרוקן, קאָן מען אַלעמאָל צוטראַכטן עפּעס אַ גימטריא-מעטאָד, וואָס ווײַזט אָן אויף אַ באַהאַלטענע פֿאַרבינדונג צווישן זיי.
אין דער אמתן, זענען גימטריאות גאַנץ ראַציאָנעל, פֿון דער פֿילאָסאָפֿישער און פּסיכאָלאָגישער פּערספּעקטיוו. זייער פֿונקציע קאָן פֿאַרגליכן ווערן צו פּאָעזיע און מאָדערנער ליטעראַרישער קריטיק. אַ סך פּראָפֿעסיאָנעלע מאַטעמאַטיקער זאָגן עדות, אַז חידושדיקע חשבונות קלינגען פֿאַר זיי ווי מוזיק, ווײַל זיי אַנטפּלעקן אומדערוואַרטע סימעטריעס און אַסאָציאַציעס. אַ פּאָעט זוכט אויך אויס חידושדיקע פֿאַרבינדונגען צווישן ווערטער, כּדי צו אַנטפּלעקן אַ נײַע עסטעטישע אָדער אינטעלעקטועלע השׂגה. אויף אַן ענלעכן אופֿן, אַנטפּלעקט אַ מקובל נײַע השׂגות דורך ווערטער-מאַניפּולאַציעס.
אַ צאָל קבלה־ספֿרים זאָגן עס גאַנץ קלאָר. למשל, דער ספֿר „ארץ טובֿ‟, וווּ עס ווערן איבערגעגעבן די סודות פֿונעם „בראָדער קלויז‟ — אַ באַרימטע חבֿרה גאַליציאַנער מקובלים בראָש מיט רבי חיים צאַנזער — דערקלערט, אַז ווען מע געפֿינט עפּעס אַ גימטריא-באַציִונג, שאַפֿט מען אַ פֿאַרבינדונג-קאַנאַל פֿון גײַסטיקער שפֿע. רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיא, וועלכער האָט גערעכנט גימטריאות נישט בלויז אויף לשון-קודש, נאָר אויף אַ גאַנצער ריי שפּראַכן, פֿון גריכיש און אַראַביש ביז שפּאַניש און באַסקיש, האָט אָנגעשריבן וועגן דעם גאַנצע ספֿרים. חידושדיקע אַסאָציאַציעס צווישן קלאַנגען, אותיות, חשבונות, ווערטער און באַגריפֿן קאָנען אַרײַנפֿירן אַ מענטש אין אַן עקסטאַז און אַפֿילו אין אַ נבֿיאישן טראַנס.
רבי משה קאָרדאָוועראָ און אַנדערע באַרימטע מקובלים גיבן צו קאָנקרעטע עצות, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע שפּראַך-אָפּעראַציעס קאָנען ברענגען צום עקסטאַטישן גײַסטיקן זיווג מיט דער הייליקער שכינה, וואָס ווערט אַטפּלעקט דורך אַן גאַנץ גשמיותדיקער באַציִונג צווישן אַ מאַן און אַ פֿרוי. למשל, מע צעטיילט דעם אייבערשטן נאָמען אויף אַ געוויסן סימעטרישן אופֿן, און מע פֿאַרבינדט אין זינען די דאָזיקע אותיות-סטרוקטור מיט געוויסע אבֿרים אינעם מענטשלעכן גוף.
די טראַדיציאָנעלע מקובלים באַציִען זיך צו אַזעלכע עצות מיט אַ גרויסן אַנגסט און האָבן מורא זיי צו דערציילן די פּשוטע מענטשן, כּדי זיי זאָלן זיי נישט פֿאַרוואַנדלען אין אַ פּראָפֿאַנאַציע; און פֿאָרט, געפֿינען מיר אין באַרימטע חשובֿע ייִדישע ספֿרים גאַנץ פּראַקטישע מעדיטאַציע-מעטאָדן פֿון אַזאַ סאָרט.
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דער אַמעריקאַנער מאַטעמאַטיק-פּראָפֿעסאָר עדוואַרד פֿרענקעל געשאַפֿן אַן עראָטישן פֿילם מיטן נאָמען „ריטואַלן פֿון ליבע און מאַטעמאַטיק‟, צוזאַמען מיט דער פֿראַנצויזישער רעזשיסאָרין רען גראַוו. אינעם פֿילם ווערט געוויזן, ווי דער מאַטעמאַטיקער טאַטויִרט אויפֿן גוף פֿון זײַן באַליבטער זײַן „פֿאָרמולע פֿון ליבע‟. פֿאַר אַ מאַטעמאַטיש-געשטימטן מענטש קאָן אַן אַבסטראַקטער חשבון זײַן אָנגעלאָדן מיט מער ראָמאַנטישע עמאָציעס, ווי פּאָעזיע אָדער אַ פֿיזישער קאָנטאַקט.
לאָמיר אָבער אָפּלאָזן די פֿרילינגדיקע ראָמאַנטיק און דערמאָנען עטלעכע קאָנקרעטע פֿאַלן, וווּ גימטיאות און אַנדערע קבלהדיקע שפּראַך-אָפּעראַציעס ווערן אָנגעווענדט צו ייִדיש. דער זשידיטשאָווער רבי שרײַבט, אַז ווען מע זאָגט די תּפֿילת־הגשם, איז גוט צו האָבן אין זינען, אַז „גשם‟ איז די זעלבע גימטריא ווי „וואַסער‟. לויט אים, איז דאָס דאָזיקע ייִדישע וואָרט אַ נאָמען פֿון אַ רעגן-מלאך.
ווען עס שטייט אינעם סידור „ג״פּ‟, מיינט עס, אַז מע דאַרף עפּעס זאָגן דרײַ מאָל — „ג׳ פּעמים‟. לויט דער חסידישער טראַדיציע, איז עס אויך ראָשי-תּיבֿות פֿון „געזונט-פּרנסה‟.
אינעם „פּרי עץ חיים‟, אַ יסודותדיקער קבלה-ספֿר, שטייט געשריבן, אַז דער חרוסת, וואָס מע עסט בײַם פּסחדיקן סדר, איז מרמז אויף דער וועלט, וואָס איז באַשאַפֿן געוואָרן מיט גרויס חכמה פֿון שטיינער און ביימער, ווי עס שטייט געשריבן: „ובֿחרושׂת אבֿן, ובֿחרושׂת עץ‟. לויט דער חסידישער טראַדיציע, שטעקט אינעם דאָזיקן פּסוק אַ באַהאַלטענער רעצעפּט פֿון חרוסת אויף ייִדיש: עפּל, באַרן, ניס, אינגבער, צימרינג — ראָשי-תּיבֿות „אבֿן עץ‟. לאַוו-דווקא ראָמאַנטיש, אָבער גאַנץ געשמאַק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.