צה”ל. דער ראָש פֿונעם גענעראַל־שטאַב, גענעראַל בעני גאַנץ: „צה”ל איז בכּוח צו אַטאַקירן די איראַנישע נוקלעאַר־קאָמפּלעקסן אַליין, אָן יענעמס הילף‟. אַמעריקאַנער סענאַט: „מיר װעלן זײַן אױף דער זײַט פֿון מדינת־ישׂראל, אױב זי װעט אָפּערירן אַלײן‟.
דזשאָן קערי: „עס איז געבליבן ניט מער װי צװײ יאָר, כּדי אױספֿילן דעם שלום־פּלאַן ׳צװײ לענדער פֿאַר צװײ פֿעלקער׳‟.
ש”ב: דער אַלגעמײנער זיכערקײט־אַמט האָט אַרעסטירט אַ „כאַמאַס‟־מיטגליד, װעלכער האָט פּלאַנירט אַ טעראָריסטישן אַקט קעגן צה”ל אין שכם. דער אַזױ גערופֿענער „טאָג פֿונעם פּאַלעסטינער אַסיר‟ איז אַדורך רעלאַטיװ שטיל, אָן געפֿערלעכע אינצידענטן.
ראַמאַלאַ. אַבו מאַזען װעט זיך טרעפֿן אין אַנקאַראַ מיטן טערקישן פּרעמיער ערדאָגאַן. דער דעמיסיאָנירטער פּאַלעסטינער פּרעמיער סאַלאַם פֿאַיאַד װעט אָנטײל נעמען אין די קומענדיקע פּאַלעסטינער װאַלן װי אַ פּרעזידענט־קאַנדידאַט.
עגיפּטן. אַן אומבאַקאַנטע סאַלאַפֿיסטישע אָרגאַניזאַציע „אַל־מודזשעהעדין־ראַט אין דער ירושלים־געגנט‟ האָט גענומען אױף זיך די פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט פֿאַר דער ראַקעטן־באַשיסונג פֿון אילת. עגיפּטישע און ישׂראלדיקע זיכערהײט־באַאַמטע געפֿינען זיך אין אַן ענגן אַרבעטס־קאָנטאַקט.
װאַרשע. דער פּױלישער פּאַרלאַמענט האָט אָפּגעצײכנט 70 יאָר נאָך דעם אױפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ, — „זײ זײַנען געװען גיבורים‟.
רוסלאַנד. קולטור־מיניסטער מעדינסקי: „איך האַלט, אַז ביזן סוף יאָר װעט מען דעם רבי שניאורסאָנס ביביליאָטעק איבערגעבן דעם ייִדישן מוזײ אין מאָסקװע‟.
לאָנדאָן. דער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט זיך געטראָפֿן מיטן קאַנאַדער פּרעמיער סטיװען האַרפּער און מיטן בריטישן פּרעמיער דײװיד קאַמעראָן, און באַהאַנדלט מיט זײ די אַקטועלע װעלט־פּראָבלעמען. נתּניהו, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ: „איך קען ניט באַשטעטיקן אָדער אָפּלײקענען אונדזערע קאָנטאַקטן מיט דער סירישער אָפּאָזיציע‟. ׳אַל־קײַדאַ׳ זיצט אױפֿן פּלױט בײַ אונדזער גרענעץ מיט סיריע‟.
דמשׂק. באַשאַר אַל־אַסאַד: „אױב מיר װעלן ניט באַזיגן די מיליטאַנטן, װעט עס זײַן דער סוף פֿון סיריע… מיר װעלן מיט זיי, מיט די ישׂראלדיע מאַריאָנעטקעס, ניט פֿירן קײן פֿאַרהאַנדלונגען.
װין. איראַן האָט פֿאַרגרעסערט דרײַ מאָל אַזױ פֿיל די צאָל צענטריפֿוגעס אױף צו באַרײַכערן אוראַניום.
אַנקאַראַ. דער רוסישער אױסערן־מיניסטער לאַװראָװ איז אָנגעקומען קײן טערקײַ. די הױפּט־טעמעס פֿון די אונטערהאַנדלונגען זײַנען: די סיטואַציע אין סיריע און, דער עיקר, אַ מלוכה־קאָנטראַקט װעגן אױפֿשטעלן אין טערקײַ אַ רוסישן נוקלעאַר־רעאַקטאָר פֿאַר די אינדוסטריע־צילן.
תּל־אָבֿיבֿ. עס מערן זיך די שמועות, אַז דער האָפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ־יפּו, ר’ ישׂראל־מאיר לאַו איז אַ רעאַלער קאַנדידאַט אױפֿן פּאָסטן פֿונעם אַשכּנזישן הױפּט־רבֿ אין מדינת־ישׂראל.
ירושלים. צום ערשטן מאָל אין ישׂראל: אַ יונגע פֿרױ (22) ספּיר גבֿריאל איז געװאָרן די שאָפֿערין פֿון דער געזונטהײט־מיניסטאָרשע יעל גערמאַן.
קאַן. אַ קורצער פֿילם „באַבאַגאַ‟ פֿון דער ישׂראלדיקער ממש פֿריש־געבאַקענער רעזשיסערין גאַן דע לאַנגאַ װעט אָנטײל נעמען אינעם קאָנקורס פֿונעם פּרעסטיזשפֿולן קאַנער קינאָ־פֿעסטיװאַל. די „באַבאַגאַ‟ איז אױסגעקליבן געװאָרן פֿון 1.550 אַנדערע פֿימען פֿון גאָר דער װעלט אין דער זעלבער קאַטעגאָריע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.