„מאָצאַרט און סאַליערי‟ — איז אַן איינאַקטע אָפּערע, געשאַפֿן פֿונעם גרויסן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר רימסקי־קאָרסאַקאָוו. נישט דער סוזשעט פֿון דער אָפּערע און נישט דער קאָמפּאָזיטאָר אַליין האָבן קיין שום שײַכות נישט צו דער ייִדישער וועלט; סײַדן בײַ רימסקי־קאָרסאַקאָוו, וואָס איז אויך געווען פּראָפֿעסאָר פֿון קאָמפּאָזיציע אין דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע, זײַנען צווישן די סטודענטן געווען אויך עטלעכע ייִדן, וועלכע האָבן שפּעטער אַ סך בײַגעטראָגן אין דער ייִדישער מוזיק.
פֿון דעסטוועגן, איז נישט לאַנג צוריק, אין ניו־יאָרק, אינעם צענטער פֿון די בוכאַרער ייִדן פֿאָרגעקומען אַן אונטערנעמונג, וואָס האָט צוגעצויגן אונדזער אויפֿמערק. דהײַנו: ס‘איז דאָרט אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין אַ קאָנצערט־פֿאָרמאַט רימסקי־קאָרסאַקאָווס איינאַקטער „מאָצאַרט און סאַליערי‟.
דער בנין אַליין געפֿינט זיך אין קווינס אויף דער 70סער אַוועניו און רעשט איבער מיט זײַן ריזיקן אויסזען און אינערלעכער אַרכיטעקטור. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דאָ קאָן מען אויפֿפֿירן נישט בלויז קאַמער־אָפּערעס, נאָר גרויסע מאָנומענטאַלע ספּעקטאַקלען. צונויפֿגעקומען האָט זיך אַן עולם פֿון אַרום 250 מענטש, ליבהאָבער פֿון אָפּערע־מוזיק, ס‘רובֿ מיטגלידער פֿון דער אָרטיקער בוכאַרער קהילה.
פּרעכטיק איז געווען די אַקוסטיק פֿונעם זאַל, וואָס יעדער קלאַנג און יעדער ניואַנס האָט זיך קלאָר געהערט אין יעדן ווינקעלע. די ראָלע פֿון מאָצאַרט האָט אויפֿגעפֿירט דער ליבלינג פֿון דער בוכאַרער קהילה, דער אָפּערע־זינגער יוסף שאַלאַמאַיעוו; די ראָלע פֿון סאַליערי — דער גוט באַקאַנטער זינגער ביכאַיִל סוועטלאָוו. ביידע זײַנען זיי סאָליסטן אין דער ניו־יאָרקער „מעטראָפּאָליטאַן־אָפּערע‟. זייער זינגען האָט באַלד פֿאַרכאַפּט דעם עולם.
„מאָצאַרט און סאַליערע‟ איז בלויז אַן אָנהייב פֿון אַזעלכע „וועלטלעכע‟ אונטערנעמונגען אין אַ רעליגיעזן מקום. מ‘איז שוין געוווינט, אַז אַזעלכע קאָנצערטן קומען פֿאָר אין ניו־יאָרק און איבער דער וועלט אין די קריסטלעכע רעליגיעזע פּלעצער; אָבער אין אַ סינאַגאָגע, בפֿרט אַ בוכאַרער, מעגלעך, צום ערשטן מאָל. חוץ די צוויי זינגערס, האָבן זיך אין דער פֿאָרשטעלונג באַטייליקט אויך שׂימחה מולאָדזשאַנאָוו (דער גאַסן־פֿידלער) און דער קאָנצערטמײַסטער מיכאַיִל צאַנגער. עס וויל זיך באַזונדערס באַטאָנען די אַרבעט פֿונעם קלאַנג־רעזשיסאָר לעוו ראַבער, וועלכער האָט מײַסטעריש אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דער פֿאָרשטעלונג אויסצוגן פֿון אַנדערע מוזיקאַלישע ווערק, למשל, פֿון מאָצאַרטס „רעקוויעם‟.
אינעם צווייטן טייל פֿון דער קאָנצערט־פּראָגראַם האָט געזונגען די זינגערין פֿונעם קיִעווער אָפּערע־טעאַטער גאַלינאַ קאָנאָרעוואַ, וואָס האָט אויסגעפֿילט די באַרימטע „כאַבאַנעראַ‟ פֿון ביזעס אָפּערע „קאַרמען‟.
צום סוף, האָט דער זינגער יוסף שאַלאַמאַיעוו מהנה געווען דעם עולם מיט בוכאַרישע פֿאָלקס־לידער. אָרגאַניזירט און געפֿירט האָט די פּראָגראַם ראַפֿאַעל נעקטאַלאָוו.
אַ גוטער אָנהייב, און עס קומט אַ האַרציקער יישר־כּוח דער אַדמיניסטראַציע פֿון דער קווינסקער בוכאַרער צענטער, וואָס פֿירט אַזאַ וויכטיקן קולטורעלע טעטיקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.