„מצה־הוזאַר‟

Matzo Hussar

דוד פּאָפּאָוויץ זיצט אין זײַן רעסטאָראַן „מצה־הוזאַר‟
Cnaan Liphshiz
דוד פּאָפּאָוויץ זיצט אין זײַן רעסטאָראַן „מצה־הוזאַר‟

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published April 18, 2013, issue of May 10, 2013.

בודאַפּעשט, אונגערן. — אינעם נײַעם רעסטאָראַן, וועלכער געפֿינט זיך אויף אַ ראָג אינעם סאַמע האַרץ פֿון דער געוועזענער ייִדישער געטאָ, לייגט דוד פּאָפּאָוויץ פֿאָר זופּ מיט מצה־קניידלעך און אַנדערע מאכלים, צוגעגרייט אין אַ „כּשרן סטיל‟. פּאָפּאָוויץ, אַ 40־יאָריקער אונגערישער ייִד, פֿלעגט עסן אינעם זעלבן רעסטאָראַן, ווען ער איז געווען אַ קינד. ער האָט דערציילט, אַז בײַ די געוועזענע בעלי־בתּים האָט עס אויסגעזען ווי אַ „שמוציק הפֿקר־אָרט, וואָס האָט געשמעקט ווי אייל און וווּ מע האָט געקאָנט קויפֿן אַ גוטן ווינער שניצל‟.

צוליב דעם, וואָס דער רעסטאָראַן געפֿינט זיך אינעם צענטער פֿונעם היסטאָרישן ייִדישן קוואַרטאַל, האָט דער יונגער געשעפֿטסמאַן איבערגעמאַכט עס און געעפֿנט פֿון ס׳נײַ, מיט צוויי חדשים צוריק. פּאָפּאָוויץ האָט אָנגערופֿן זײַן פּלאַץ Macesz Huszar — „מצה־הוזאַר‟. דער רײַך־באַצירטער רעסטאָראַן געפֿינט זיך אינעם גענוג־רוישיקן „זיבעטן ראַיאָן‟ פֿון דער הויפּטשטאָט, וווּ עס פֿאָרן כּסדר פֿאַרבײַ פֿאַרמעגלעכע מענטשן. אַחוץ דעם אַלגיימענער טייל, איז אינעם נײַעם רעסטאָראַן פֿאַראַן אַ ספּעציעלער צימער פֿאַר חשובֿע מענטשן און אַ באַר.

אַ סך ייִדן אַרום דער וועלט האָבן זיך פֿאַרזאָגרט, ווען די עקסטרעם־רעכטע פּאַרטיי “יאָביק” האָט באַקומען אַ מערקווירדיקע צאָל בענקלעך אינעם אונגערישן פּאַרלאַמענט. פּאָפּאָוויץ האַלט אָבער פּונקט פֿאַרקערט, אַז הײַנט קאָן די ייִדישע קולטור זיך אַנטוויקלען אינעם לאַנד דווקא אויף אַ נאָרמאַלן שטייגער, אין פֿאַרגלײַך מיט דער קאָמוניסטישער תּקופֿה, ווען בלויז די ייִדישע טראַדיציאָנעלע מאכלים זענען געווען אַסאָציִיִרט מיט עלטערע און שטאַרק־פֿרומע ייִדן.

אין בודאַפּעשט זענען שוין פֿאַראַן אַ צאָל כּשרע רעסטאָראַנען, וועלכע באַדינען די קליינע אָרטיקע אָרטאָדאָקסישע קהילה און פֿרומע טוריסטן. ס׳איז פֿאַראַן אויך דער “ראָזענשטיין־צענטער” — אַן אינגאַנצן טרייפֿענע ייִדישע אינסטיטוציע, וווּ מע לייגט פֿאָר חזיר־פֿלייש. פּאָפּאָוויץ האָט דערקלערט, אַז זײַן רעסטאָראַן פֿאַרנעמט אַן אוניקאַל אָרט, ווײַל ער איז אָריענטירט אויף פֿאַרמעגלעכע נישט־רעליגיעזע ייִדן, וועלכע קאָנען אָפּשאַצן דעם טעם פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאכלים.

נאָך דעם פֿאַלן פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָבן זיך אין אונגערן אָנגעהויבן אַנטוויקלען נײַע ייִדישע אונטערנעמונגען, אין וועלכער אַזעלכע ייִדן, ווי פּאָפּאָוויץ, געשפּילט אַ גרויסע ראָלע. הגם זיי זענען מאָדערנע וועלטלעכע מענטשן, ווילן זיי ממשיך זײַן די ייִדישע טראַדיציעס פֿון זייערע באָבעס און זיידעס. דער זעלבער מין ייִדן שפּילט אויך אַ שליסל־ראָלע אין דער יערלעכער בילדונג־פּראָגראַם „לימוד‟. די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין בודאַפּעשט באַטרעפֿט בערך 80 טויזנט נפֿשות.

פּאָפּאָוויץ האָט דערציילט, אַז נישט ווײַט פֿון זײַן רעסטאָראַן געפֿינען זיך פֿינף שילן, וועלכע זענען אַמאָל געשטאַנען ליידיק. הײַנט זענען זיי אָבער פֿול מיט אַזעלכע וועלטלעכע ייִדן ווי ער, וואָס האָבן ליב די ייִדישע טראַדיציע, נישט זײַענדיק רעליגיעז.

די הוזאַרן זענען געווען אַ קאַוואַלעריע־אָפּטייל אין עסטרײַכיש־אונגערישער אַרמיי. פּאָפּאָוויץ האָט דערקלערט, אַז ער האָט אויסגעקליבן אַ “בראַוון הוזאַר” ווי אַ סימבאָל פֿונעם רעסטאָראַנט, כּדי אונטערצושטרײַכן דעם חילוק צווישן דעם אַלטמאָדישן סטערעאָטיפּ פֿון אַ “קליין ייִדיש ייִנגל” און דעם מאָדערנעם אונגערישן ייִד.

אינעם “מצה־הוזאַר” קומען אַרײַן פֿאַרשיידענע מענטשן, נישט בלויז נאָסטאַלגיש־געשטימטע ייִד. רעגינאַ סאַבאָ, איינע פֿון די ליבהאָבערינס פֿונעם נײַעם רעסטאָראַן, האָט איבערגעגעבן, אַז „זי עסט חזיר־פֿלייש, נישט קיין פּראָבלעם‟. איר ברודער האָט איר אָבער געזאָגט, אַז דער זופּ מיט מצה־קניידלעך בײַם „ייִדישן הוזאַר‟ האָט דעם זעלבן היימישן טעם, ווי דער זופּ, וואָס זייער באָבע פֿלעגט קאָכן.

די אַנדערע באַזוכער האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן אַפֿילו נישט באַמערקט, אַז דער נײַער רעסטאָראַן האָט אַ שײַכות צו ייִדן, און עסן דאָרטן, ווײַל דאָס שפּײַז איז געשמאַק און דאָס אָרט איז גוט צוגעפּאַסט פֿאַר פּריוואַטע און געשעפֿט־באַגעגענישן. אַ צאָל אונגערישע און אַפֿילו אונטערנאַציאָנאַלע נײַעס־קוואַלן, אַרײַנגערעכנט דעם אַמעריקאַנער זשורנאַל „טײַם‟, האָבן רעקלאַמירט דעם „מצה־הוזאַר‟ דווקא פֿאַר זײַן ייִדישן כאַראַקטער. אַ טייל קריטיקער האָבן געטענהט, אַז פּאָפּאָוויצס אונטערנעמונג רעפּרעזענטירט אַזעלכע פּשוטע ייִדישע מאכלים, ווי טשאָלנט, הינערפֿלייש און לעבער, ווי דעליקאַטעסן.

פּאָפּאָוויץ האַלט אָבער, אַז זײַן צוגאַנג איז דווקא ריכטיק. אין דער צוקונפֿט, פּלאַנירט ער אַרויסצוגעבן אַ בוך מיט אַלטע היימישע ייִדישע רעצעפּטן, וואָס וועט טראָגן דעם זעלבן נאָמען ווי זײַן רעסטאָראַן.