די פּראָבלעם מיט „געבורטרעכט‟

Birthright’s Flip Side

אַ גרופּע יונגע־לײַט באַזוכט דעם מוזיי “יד־ושם” ווי אַ טייל פֿון דער “געבורטרעכט”־פּראָגראַם.
Taglit-Birthright
אַ גרופּע יונגע־לײַט באַזוכט דעם מוזיי “יד־ושם” ווי אַ טייל פֿון דער “געבורטרעכט”־פּראָגראַם.

פֿון גיל שעפֿלער (ייִט״אַ)

Published April 18, 2013, issue of May 10, 2013.

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון ישׂראלדיקע יוגנטלעכע נסיעה־פּראָגראַמען טענהן, אַז אינעם קומענדיקן זומער וועט די צאָל פֿאַראינטערעסירטע יונגע־לײַט פֿאַלן אַראָפּ ביז אַ רעקאָרד־נידעריקן ניוואָ — נישט געקוקט אויף דעם גאַנץ גוטן זיכערהייט־מצבֿ אין ישׂראל די טעג.

במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר, איז די צאָל יונגע אַמעריקאַנער ייִדן פֿון 13 ביז 18 יאָר, וועלכע זענען געפֿאָרן אויף די “קולטור־ירושה־פּראָגראַמען” קיין ישׂראל, געפֿאַלן אויף 30-50 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע יאָרן.

אַבֿי גרין, דער דירעקטאָר פֿון דער יוגנטלעכער נסיעה־פּראָגראַם BBYO Passport, האָט געזאָגט, אַז די אַלגעמיינע צאָל תּלמידים פֿון מיטלשולן, וואָס באַטייליקן זיך אין זײַן פּראָגראַם, ווערט קלענער פֿון יאָר צו יאָר. מסתּמא וועט עס אַראָפּפֿאַלן הײַיאָר נאָך ווײַטער.

הגם פֿריִער, בעת דער צווייטער אינטיפֿאַדע, האָט עס געהאַט צו טאָן מיט זיכערהייט־זאָרגן, און שפּעטער — מיטן פֿינאַנציעלן קריזיס, האָט עס הײַנט צו טאָן מיט דעם, וואָס די פּראָרגאַם “תּגלית”, פֿאַרבונדן מיט „געבורטרעכט: ישׂראל‟ (Birthright Israel), לייגט פֿאָר אומזיסטע נסיעות פֿאַר יונגע־לײַט פֿון 18 ביז 26 יאָר. די דאָזיקע פּראָגראַם איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2000 און האָט זינט דעמאָלט צוגעצויגן אַ גרויסע צאָל מענטשן. הײַיאָר, צום בײַשפּיל, פּלאַנירט מען צו ברענגען בערך 20,500 אַמעריקאַנער ייִדן אויף 10־טאָגיקע נסיעות.

צוליב דעם, ווילן אַ סך עלטערן אָפּוואַרטן ביז דער צײַט, ווען די יונגע־לײַט וועלן שוין האָבן די מעגלעכקייט צו פֿאָרן קיין ישׂראל דורך „געבורטרעכט‟. פֿאַר די אַנדערע פּראָגראַמען, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט שול־קינדער, פֿאַרשאַפֿט עס אָבער אַ פּראָבלעם.

אינעם יאָר 2008, האָט BBYO Passport דורכגעפֿירט אַן אינערלעכע סטאַטיסטישע פֿאָרשונג און אַנטדעקט, אַז 30 פּראָצענט זייערע מיטגליד־משפּחות ווילן אָפּשיקן זייערע קינדער קיין ישׂראל דווקא דורך „געבורטרעכט‟; 28 פּראָצענט האָבן מער ליב די פּראָגראַמען פֿאַר שול־קינדער; און נאָך 40 פּראָצענט האָבן געזאָגט, אַז זיי זענען נישט זיכער, וואָס איז בעסער פֿאַר זיי.

פּאָל רײַכענבאַך, דער דירעקטאָר פֿונעם „רעפֿאָרם־פֿאַרבאַנד פֿאַר קעמפּס און ישׂראלדיקע פּראָגראַמען‟, האָט באַטאָנט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע שטיצט „געבורטרעכט‟ און האַלט, אַז ס׳איז זייער אַ גוטע פּראָגראַם. פֿונדעסטוועגן, איז צוליב דעם געוואָרן שווער צו זאַמלען געלט פֿאַר די אָרגאַניזאַציעס, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט ייִנגערע קינדער.