ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 19

News Highlights: April 19

דער פּוילישער פּרעזידענט בראָניסלאַוו קאָמאָראָווסקי (ליקנס) מיט שׂיחמה „קאַזיק‟ ראָטעם, איינעם פֿון די לעצטע לעבן־געבליבענע ווידערשטענדלער פֿון וואַרשעווער געטאָ. זיי שטייען פֿאַרן וואַרשעווער געטאָ־דענקמאָל בײַ דער אָנדענק־צערעמאָניע לזכר 70 יאָר נאָכן אויפֿשטאַנד.
Getty Images
דער פּוילישער פּרעזידענט בראָניסלאַוו קאָמאָראָווסקי (ליקנס) מיט שׂיחמה „קאַזיק‟ ראָטעם, איינעם פֿון די לעצטע לעבן־געבליבענע ווידערשטענדלער פֿון וואַרשעווער געטאָ. זיי שטייען פֿאַרן וואַרשעווער געטאָ־דענקמאָל בײַ דער אָנדענק־צערעמאָניע לזכר 70 יאָר נאָכן אויפֿשטאַנד.

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 19, 2013, issue of May 10, 2013.

ישׂראל. צװײ פּאַלעסטינער ראַקעטן האָבן זיך אױפֿגעריסן אױפֿן אָפֿענעם שטח אין אשכּול־געגנט לעבן דער גרענעץ מיט עזה־שטרײַף.


„אל־על‟־אַרבעטער װאָרענען: דעם 21סטן אַפּריל, פֿון 5:00 אין דער פֿרי ווערט דערקלערט אַ שטרײַק אין אַלע ישׂראלדיקע פֿלי־האַפֿנס און ים־האַפֿנס. די אַרבעטער פּראָטעסטירן קעגן דעם מלוכה־אָפּמאַך „דער אָפֿענער הימל‟ צװישן מדינת־ישׂראל און דער פֿאַראײניקטער אײראָפּע. טראַנספּאָרט־מיניסטער ישׂראל כּ”ץ: „עס איז ניטאָ קײן סיבה מיר זאָלן ניט אונטערשרײַבן דעם דאָזיקן אָפּמאַך‟.


:pravda.ru ישׂראל שפּריצט אײַן אַ „געפֿערלעכן װירוס‟ די פּאַלעסטינער אַסירים, אײדער זײ װערן באַפֿרײַט פֿון די ישׂראלדיקע טורמעס. די אײַנשפּריצונגען זײַנען גורם די כראָנישע קרענק אין לעבער און אינעם אורין־פּענכער‟. די צײַטונג טענהט, אַז „ס’רובֿ פּאַלעסטינער אַסירים שטאַרבן אין אַ קורצער צײַט אַרום נאָכן באַפֿרײַען זיך פֿון די ישׂראלישע תּפֿיסות‟.


ירושלים. מדינת־ישׂראַל, סאַודיע און די עמיראַטן װעלן באַקומען פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן באַװאָפֿענונג אױף 10 מיליאַרד דאָלאַר. עס װײַזט אױס, אַז דער װיזיט פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטער טשאַק הײגל איז פֿאַרבונדן מיטן אָפֿיציעלן גרױסן געװער־אָפּמאַך.


װאַרשע. דער פּױלישער פּרעזידענט בראָניסלאַװ קאָמאָראָװסקי האָט אָנטײל גענומען אין דער אָפֿיציעלער אָנדענק־אַקאַדעמיע, לזיכּרון דעם 70סטן יאָרטאָג פֿון אױפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ. אין אַלע װאַרשעװער קלױסטערס האָט מען אָפּגעמערקט דעם אָנדענקטאָג מיט אַ גלאָקן־געקלאַנג.


לאָנדאָן — פּאַריז. פֿון אַ בריװ דעם גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟: „מיר האָבן אמתע באַװײַזן, אַז דער סירישער רעזשים באַשיסט די ציװילע באַפֿעלקערונג מיט כעמיש געװער‟.


רבת־עמון. יאָרדאַניע בעט פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿאַנאַנדערשטעלן בײַ דער סירישער גרענעץ די אַנטיראַקעטן־סיסטעם „פּעטריאָט‟. די בקשה איז אָנגענומען געװאָרן.


טעהעראַן: „דער ציוניסטישער רעזשים איז צו נעבעכדיק, אַז זײ זאָלן אונדז אָנסטראַשען. זײ זײַנען דאָך ניט קײן נאַראָנים, כּדי צו באַגײן אַ זעלבסטמאָרד. אױך די אַמעריקאַנער האָבן ניט קײן העזה צו באַפֿאַלן איראַן‟.


דער אַלגעמײנער זיכערהײט־אַמט האָט אַרעסטירט 5 תּושבֿים פֿון מיזרח־ירושלים, װעלכע האָבן פּלאַנירט אַ טעראָריסטישן אַטאַק אױפֿן הר־הבית. די אַרעסטירטע האָבן זיך מודה געװען אין זײער טעטיקײט.


עקאָלאָגיע־מיניסטעריום, דער מיניסטער עמיר פּרץ: „מע דאַרף װאָס גיכער איבערטראָגן די אַמאָניאַק־זאַװאָדן פֿון חיפֿה אין אַן אומבאַפֿעלקערטע געגנט אין מידבר‟.


פֿינאַנץ־קאָמיסיע פֿון דער כּנסת, ניסן סלאָמיאַנסקי: „איך װעל ניט דערלאָזן, אַז מע זאָל אַראָפּנעמען 30% פֿון דער יערלעכער דאָטאַציע, װעלכע באַקומען די שלאַכט־רעזערװיסטן. כ’װעל אָפּשטעלן דעם געלט־איבערװײַז פֿאַרן פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטעריום‟. דער פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטער משה יעלון האָט באַפֿױלן איבערצופֿירן 60 מיליאָן שקלים אינעם דאָטאַציע־פֿאָנד פֿאַר די רעזערװיסטן. דער קאָנפֿליקט איז דערליידיקט.


יאיר לאַפּיד, דער פֿינאַנץ־מיניסטער איז דער אײנציקער ישׂראלי, װעלכער איז אַרײַנגענומען געװאָרן אין דער „טײַם‟־רשימה פֿון די 100 סאַמע אײַנפֿלוסרײַכע פּערזענלעכקײטן אױף דער װעלט.


ציפּי ליבֿני, יוסטיץ־מיניסטאָרין: „מע דאַרף האַרבער מאַכן די שטראָף פֿאַר די גװאַלדטאַטן קעגן די עלטערע־לײַט.‟