ייִדישע ליטעראַטן, דענקער און קינטסלטער האָבן לאַנג געבענקט נאָך אַ שטאַרקן ייִד, אַ בעל־גוף, װאָס קאָן גובֿר זײַן כּלערלײ מניעות און מנצח זײַן אַלע שׂונאים. פֿונעם דאָזיקן חלום זײַנען אַרױס אי ציוניזם, אי גלות־נאַציאָנאַליזם, אי ייִדישער סאָציאַליזם. דער דאָזיקער חלום ציט זײַן ייִחוס פֿון די לעגענדעס װעגן גולם און „רױטע ייִדעלעך‟; זײַנע װאָרצלען ליגן אינעם גלויבן אין משיח.
אָבער ביז לעצטנס האָבן זיך די ייִדישע היסטאָריקער, בפֿרט אין אײראָפּע, אָפּגעגעבן, דער עיקר, מיט צװײ אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע: יסורים און לערנען. דאָס זאַמלבוך „ייִדן: אַן אַנדערע געשיכטע‟, װאָס איז אַרױס אױף רוסיש אינעם מאָסקװער פֿאַרלאַג „ראָספּען‟, באַצװעקט צו שטעלן די פֿאַרשפּרײטע השׂגות פֿון ייִדישער שװאַכקײט אונטער אַ פֿראַגע־צײכן. די כּװנה פֿונעם בוך, זאָגט די רעדאַקטאָרין גילה זעלענינאַ, „איז ניט צו שאַפֿן אַן אַנדערן, מער ׳אמתדיקן׳ היסטאָרישן קאַנאָן. דאָס בוך דערצײלט װעגן אַנדערע זײַטן פֿון דער ייִדישער היסטאָרישער דערפֿאַרונג, װאָס װערט כּסדר איגנאָרירט אינעם באַקאַנטן ׳טרערן־נאַראַטיװ׳‟.
דער באַנד איז כּולל זיבעצן קאַפּיטלען, װאָס באַהאַנדלען דרײַ תּקופֿות: אַלטערטום, מיטלאַלטער און די מאָדערנע צײַט. געאָגראַפֿיש דעקן זײ די גאַנצע װעלט, פֿון מיזרח־אײראָפּע ביז דרום־אַמעריקע. דער לײענער דערװיסט זיך װעגן ייִדישע פּיראַטן און שקלאַפֿן־הענדלער, ייִדישע גאַוטשאָס אין אַרגענטינע און שפּיאָנען אין דער ליטע, ייִדישע רעװאָלוציאָנערן און פּאַרטיזאַנען. „ייִדן: אַן אַנדערע געשיכטע‟ איז אַ פּרוּװ צו ברענגען דעם געביט פֿון ייִדישע לימודים אין רוסלאַנד אין אײַנקלאַנג מיט די הײַנטיקע טענדענצן אין דער מערבֿדיקער װיסנשאַפֿט. דאָס בוך איז אױסגערעכנט אױף אַ ברײטערן עולם און האָט בדעה אױפֿצוּװעקן אַ פֿרישן אינטערעס צו ייִדן װי אַן עקזאָטישן און טשיקאַװן פֿאָלק.
דאָס פֿאַרשפּרײטע בילד פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן עבֿר איז פֿול מיט סטערעאָטיפּישע געשטאַלטן און אָפּשאַצונגען. אײן בײַשפּיל איז די פֿיגור פֿונעם מלך הורדוס. עד־היום האָט ער אַ שלעכטן שם בײַ ייִדן, און עס איז ניטאָ קײן גאַס אין ישׂראל מיט זײַן נאָמען. און דאָך האָט הורדוס אױפֿגעבױט אַ מעכטיקע ייִדישע מלוכה אונטער דער רױמישער שליטה. װי עס שרײַבט מיכאל תּובל (ירושלים), „מען קאָן אַװדאי באַשולדיקן הורדוסן און זײַן משפּחה אין אַ מאַנגל פֿונעם ייִדישן זעלבסטבאַװוּסטזײַן. אָבער מען קאָן אױך קוקן אױף זײ אַנדערש: זײ זײַנען געװען קלוג, און געפּרוּװט אױסצוסדרן די באַציִונגען מיטן מעכטיקן רױם בשלום.‟
דװקא הורדוס האָט געמאַכט ירושלים פֿאַר אַ רײַכער און פּרעכטיקער שטאָט. דער בית־המקדש, װאָס ער האָט אױסגעבױט, איז געװאָרן דער גרעסטער טעמפּל אין דער גאַנצער רױמישער אימפּעריע. דערבײַ איז הורדוס געװען אַ פֿרומער ייִד און האָט שטרענג געהיט די צװײטע מיצװה פֿון „לא תעשׂה‟. עד־היום האָט מען נאָך ניט געפֿונען קײן בילדער אָדער סקולפּטורן פֿון לעבעדיקע באַשעפֿענישן צװישן די מאָנומענטן פֿון זײַן תּקופֿה.
אַלכּסנדר פּעװזין דערצײלט װעגן פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע שלאַכטלײַט אין אײראָפּע אין דער צײַט פֿון מיטלאַלטער. אין שפּאַניע זײַנען די ייִדן געװען צװישן די מײַסטער פֿון פֿעכטן און פֿון האַנדלען מיט שילדן. פּרטימדיקע באַשרײַבונגען פֿון די דאָזיקע שלאַכט־קונסטן טרעפֿן זיך אי אין ייִדישע, אי אין די קריסטלעכע מקורים, אָבער װײניק ווער ווייסט װעגן די ייִדן, װאָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט זײ. זײ האָבן מסתּמא געלעבט אױף די ראַנדן פֿון דער ייִדישער קהילה און האָבן דערפֿאַר איבערגעלאָזט קנאַפּע שריפֿטלעכע שפּורן. די ייִדישע קראָניקעס האָבן באַטאָנט דאָס שטאַרבן אױף קידוש־השם, אָבער ניט די עפּיזאָדן פֿון ייִדישער העלדישקײט. דאָך, װען מען לײענט גוט די מקורים, באַמערקט מען, אַז אַפֿילו אינעם מיטלאַלטער זײַנען די ייִדן אָפֿטמאָל געװען בכּוח צו פֿאַרטײדיקן זיך מיט כּוח. ניט אומזיסט האָט דער דײַטשישער אימפּעראַטאָר רודאָלף דער צװײטער פֿאַרװערט די ייִדן צו לערנען זיך פֿעכטן־קונסט בײַ די קריסטן.
ייִדישע פֿרױען האָבן זיך אױך אױסגעצײכנט מיט זײער חכמה און גבֿורה. אין קראָקע בעת דער ״גאָלדענער תּקופֿה״ פֿון פּױלישן ייִדנטום אינעם 16טן יאָרוהונדערט, האָבן אײניקע ייִדישע פֿרױען פֿאַרמאָגט אַן „אױסגעצײכנעטע שעפֿערישע ענערגיע‟, שרײַבט װיקטאָריאַ מאָטשאַלאָװאַ (מאָסקװע). די אַלמנה רחל פֿישעל, אַ מאַמע פֿון זעקס קינדער, האָט געדינט װי אַ באַנקיר בײַ דעם פּױלישן קעניג אַלעקסאַנדער. װען ער האָט ניט געקאָנט אױסצאָלן זײַנע חובֿות, האָט ער דערלױבט רחלן צו מיצנן אירע אײגענע זילבערנע מטבעות אױף דער סומע, װאָס האָט געזאָלט קלעקן אי פֿאַר דעם קרן אי פֿאַר דעם פּראָפֿיט.
די תּקופֿה פֿון בראַװע ייִדן האָט זיך ניט פֿאַרענדיקט מיט דער ירידה פֿון דער „גאָלדענער תּקופֿה‟ אין שפּאַניע און פּױלן. בעת דער רוסישער מלחמה קעגן נאַפּאָלעאָן, האָבן די ייִדן געדינט װי אַגענטן פֿון דער רוסישער געהײמער מיליטערישער אױסשפּיר־דינסט. אױפֿן סמך פֿון די דאָקומענטן אין די רוסישע אַרכיװן, האָט דער ירושלימער היסטאָריקער בנימין לוקין פֿעסטגעשטעלט, אַז ס’רובֿ ייִדן זײַנען פֿאַרבליבן געטרײַ דער רוסישער מלוכה, להיפּוך צו די פּאָליאַקן, װעלכע האָבן געהאָפֿט, אַז נאַפּאָלעאָן װעט זײ אומקערן די אומאָפּהענגיקע פּױלישע מלוכה.
די מלחמה האָט געשאַפֿן גוטע געלעגנהײטן פֿאַר די ייִדישע סוחרים, װאָס האָבן באַזאָרגט די רוסישע אַרמײ מיט נײטיקע זאַכן. אַ סך ייִדן, צװישן זײ דער באַרימטער צדיק לװי־יצחק באַרדיטשעװער, האָבן מנדבֿ געװען געלט אױף דער מלחמה. דער צאַר אַלעקסאַנדער דער ערשטער האָט ספּעציעל באַדאַנקט „דאָס ייִדישע פֿאָלק און זײַנע קהלס‟ פֿאַר זײער דינסט לטובֿת רוסלאַנד. אָבער געמײנט האָט ער דערבײַ דװקא ניט די מאַטעריעלע און פֿינאַנציעלע שטיצע, נאָר די אַקטיװע באַטײליקונג פֿון ייִדן אינעם זאַמלען אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם שׂונא.
די נאַפּאָלעאָנישע אַרמײ איז ניט געװען קײן סכּנה פֿאַר ייִדן, און זײ האָבן געהאָלפֿן רוסלאַנד מערסטנס צוליב פּראַקטישע סיבות. אַנדערש איז געװען בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. דעמאָלט האָבן די ייִדן פּשוט ניט געהאַט קײן ברירה, װײַל די רױטע אַרמײ איז געװען זײער אײנציקע האָפֿענונג. יוליאַ בערנשטײן אַנאַליזירט די זכרונות פֿון ייִדישע פֿרױען אין װײַסרוסלאַנד און ליטע, װאָס האָבן זיך געראַטעװעט בעתן חורבן בײַ די פּאַרטיזאַנען. לאַנגע יאָרן האָבן די דאָזיקע פֿרױען ניט געװאָלט רעדן װעגן דעם, װאָס זײ האָבן איבערגעלעבט בעתן חורבן. זײערע אינטערװיוען זײַנען רעקאָרדירט געװאָרן ערשט אין די 1990ער יאָרן פֿאַר סטיװען ספּילבערגס „שואה‟–אַרכיװ. זײ דערצײלן װעגן דעם ביטערן און געפֿערלעכן מצבֿ פֿון אַ פֿרױ אין דער ברוטאַלער מאַנצבלישער סבֿיבֿה, װוּ דער קאָמאַנדיר איז געװען אַ פֿולער בעל־הבית איבער לעבן און טױט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.