עס זײַנען דאָ ניט ווייניק סימנים פֿון אַ טיפֿן קריזיס, וואָס די רוסישע היסטאָרישע וויסנשאַפֿט לעבט איבער אין די לעצטע יאָרן. איך וויל עס ניט איבערטרײַבן, ווײַל מע זעט אויך גוט-אויסגעשולטע געלערנטע, בפֿרט יונגע. אָבער דער הויפּטשטראָם קען נאָך אַלץ ניט באַפֿרײַען זיך פֿון אידעאָלאָגיזירטקייט, פֿון אָפּגעריסנקייט פֿון דער „גרויסער וועלט‟. גאַנץ אָפֿט שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז מענטשן ווייסן ניט פּשוט וואָס צו טאָן מיט די אַרכיוו-אוצרות, צו וועלכע זיי האָבן אַ צוטריט. דער סוף איז, אַז זיי דרוקן פּשוט די דאָקומענטן, מיט געוויסע (צו מאָל ניט אין גאַנצן, אָדער אין גאַנצן ניט, ריכטיקע) קאָמענטאַרן. דאָך איז דאָס אויך גוט, ווײַל אַזעלכע פּובליקאַציעס גיבן די מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן פֿון דער ווײַטנס אין די אַרכיוון, וואָס געפֿינען זיך ערגעץ אין אַן אַנדער עק וועלט.
עס ליגט בײַ מיר אויפֿן טיש אַ זאַמלונג דאָקומענטן, וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אין 2012, אין אינסטיטוט פֿון רוסלענדישער געשיכטע, מיט זייער אַ באַשיידענעם טיראַזש פֿון 300 קאָפּיעס. עס הייסט Советская этнополитика, 1930-1940-е годы, “סאָוועטישע עטנאָפּאָליטיק, די 1930-1940ער יאָרן”. דאָס צענטראַלע אָרט פֿאַרנעמען אין דער זאַמלונג דאָקומענטן וועגן מוסולמענישע פֿעלקער. אָבער אַ צאָל פּאַפּירן זײַנען מכּוח ביראָבידזשאַן אָדער, פּינקטלעכער, דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וואָס וועט אין קורצן, דעם 7טן מײַ, פֿײַערן דעם 79 יאָרטאָג פֿון איר עקזיסטענץ.
פֿון מאָל צו מאָל, בעת אַ לעקציע, פֿרעגט מען בײַ מיר, צי די סאָוועטישע רעגירונג האָט זיך „געשפּילט‟ מיט ביראָבידזשאַן אָדער די סאָוועטישע פֿירער האָבן טאַקע ערנסט געטראַכט וועגן אויפֿצובויען פֿאַר ייִדן אַ סאָוועטישע „נאַציאָנאַלע היים‟. פֿון דעם וואָס מיר איז אויסגעקומען ביז אַהער צו לייענען, האָט זיך בײַ מיר שוין לאַנג געשאַפֿן אַן אײַנדרוק צי אַפֿילו אַן איבערצײַגונג, אַז — לכל-הפּחות ביז אַרום 1937 — האָט מען עס געמיינט ערנסט: מע האָט געוואָלט האָבן, סוף-כּל-סוף, אַ ייִדישע סאָוועטישע רעפּובליק. טיילווײַז איז דער ציל געווען צו שאַפֿן עס אויף צעזעצענישן די ציוניסטן. אָבער, דער עיקר, האָט עס אויסגעזען לאָגיש צו האָבן אַ טעריטאָריע פֿאַר אַזאַ גרויסער עטנישער גרופּע, ווײַל אַנדערש האָבן די ייִדן זיך שווער אַרײַנגעפּאַסט אין דער סטרוקטור פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אין יסוד פֿון וועלכער זײַנען געווען נאַציאָנאַלע טעריטאָריעס.
די נײַע זאַמלונג דאָקומענטן ווײַזט נאָך בולטער די ערנסטקייט פֿון דעם פּראָיעקט. בפֿרט זײַנען דאָ דאָקומענטן, פֿאַרבונדן מיט דער קאַמפּאַניע, אין די מיט-1930ער יאָרן, וואָס האָט געהאַט דעם ציל אײַנצולאַדן אויסלענדישע ייִדן צו ווערן תּושבֿים פֿון ביראָבידזשאַן. קיין סוד איז עס אויך פֿריִער ניט געווען. ס‘איז גענוג אַרײַנצוקוקן אַפֿילו אין אַזאַ קוואַל, ווי די „ניו-יאָרק טײַמס‟ — מע האָט געשריבן אויך דאָרטן וועגן דער דאָזיקער קאַמפּאַניע. גראָד אין יענער צײַט איז אַרויס דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדיסטישער פֿילם „די גליקן-זוכער‟, מיט אַ משפּחה, וואָס קומט פֿון אויסלאַנד און באַזעצט זיך אין ביראָבידזשאַן, אין צענטער פֿונעם סיפּור-המעשׂה.
זומער 1935 האָט די רעגירונג שוין צוגעגרייט תּקנות פֿאַר רעקרוטירן די אויסלענדישע איבערוואַנדערער. ס‘איז פֿאַרפּלאַנירט געווען צו שיקן אין אויסלאַנד, קודם-כּל קיין ליטע, פּוילן און רומעניע, סאָוועטישע פֿאָרשטייער, זיי זאָלן אויפֿן אָרט אינטערוויויִרן די לײַט, וועלכע האָבן געוואָלט עמיגרירן קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ס‘איז קלאָר אָנגעוויזן געוואָרן, אַז נעמען וועט מען נאָר האָרעפּאַשניקעס — אַרבעטער, אָנגעשטעלטע, בעל-מלאָכות און פֿאַרמערס; און נאָר אַזעלכע, וואָס עקספּלואַטירן ניט קיין אַנדערע לײַט. צום אַלעם ערשטן, האָט מען געוואָלט געבן דערלויבענישן די ייִדן, וועלכע האָבן שוין געהאַט קרובֿים אין ביראָבידזשאַן.
לויט די פּובליקירטע דאָקומענטן, באַקומט זיך, אַז די הויפּט-מניעה איז תּחילת געווען ניט קיין אידעאָלאָגישע: עס איז פּשוט ניט צוגעגרייט געוואָרן די נייטיקע אינפֿראַסטרוקטור אין דער ייִדישער געגנט. עס זײַנען ניט געווען קיין גרייטע הײַזער, און קיין אַרבעט האָט מען פֿאַר די איבערוואַנדערער אויך ניט געהאַט. דערפֿאַר איז די מיגראַציע אין די יאָרן 1935 און 1936 געווען זייער אַ קליינע. דאָס האָט געשאַפֿן גרויסע פּראָבלעמען פֿאַר די אויסלענדישע פּראָ-סאָוועטישע אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אינעם שטיצן ביראָבידזשאַן. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס האָבן דאָך געמוזט עפּעס דערקלערן זייער עולם — פֿאַר וואָס איז דער רעש געווען אַזוי גרויס, אָבער קיין תּכלית האָט מען פֿון דעם כּמעט ניט געזען.
די גאַנצע קאַמפּאַניע איז געקומען צום סוף דעם 7טן דעצעמבער 1937, ווען דער פּאָליטביוראָ פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי האָט קורץ און שאַרף באַשלאָסן „אָפּצולייגן‟ די פֿראַגע פֿון דערלויבן די אויסלענדער צו באַזעצן זיך אין ביראָבידזשאַן. דער דאָקומענט גיט זייער אַ קורצע דערקלערונג פֿאַר אָט דעם באַשלוס: „צוליב דעם מצבֿ, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין ווײַטן מיזרח”. ס‘איז קלאָר, אַז די רייד איז געגאַנגען וועגן די זייער אָנגעשטרענגטע סאָוועטיש-יאַפּאַנישע באַציִונגען. אין דער פּאַראַנאָע פֿון יענער צײַט, האָט מען מורא געהאַט, אַז צווישן די אימיגראַנטן וועלן קומען אויך שפּיאָנען און דיווערסאַנטן. ווי מיר ווייסן, האָט מען טאַקע אַ סך אימיגראַנטן אַרעסטירט און גאָר ניט אַלע פֿון זיי זײַנען אַרויס לעבעדיקע פֿון די הענט פֿון סאָוועטישע תּלינים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.