דרײַ ביכער וועגן און אַרום ייִדיש

Three New Books Relating to Yiddish

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published April 22, 2013, issue of May 10, 2013.

Radical Yiddish: Essays and Comic Strips, Joel Schechter

ווי מיר ווייסן, קומט נישט אָן לײַכט פֿאָרצושטעלן די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע קולטור ווי „היפּ‟, אין דער מאָדע, פֿאַרן ייִנגערן דור. אָבער פּראָפֿ׳ יואל שעכטער האָט מיט זײַנע קורצע עסייען און רעצענזיעס אין פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן (צווישן זיי „פֿאָרווערטס‟ און Forward) אַנטפּלעקט פֿאַר זײַן לייענערשאַפֿט די ייִדישע קולטורוועלט אויף אַזאַ אופֿן, מיט וועלכן ער וועט זיכער צוציִען נײַע חסידים, ליבהאָבער צו דער קולטור. די איצטיקע זאַמלונג — „ראַדיקאַלער ייִדיש‟ — נעמט צונויף זײַנע אַרטיקלען אויף דער טעמע.

ווי אַ טייל פֿון דער „קונסט‟ איבערצוגעבן די ייִדישע קולטור צו אַ ברייטערן עולם, דאַרף מען האָבן אַ חוש אַרויסצוהייבן אַספּעקטן פֿון דער קולטור, וואָס קלינגען אינטערעסאַנט פֿאַרן ברייטערן עולם. למשל, שעכטער באַוווּנדערט ווי אַוואַנסירט און הײַנטצײַטיק עס זענען געווען די גרופּעס, ווי „דער אַרבעטער־רינג‟, וואָס האָבן אײַנגעפֿירט אַ פֿינאַנציעלע קעגנזײַטיקע הילף. ער גיט זיך אויך אָפּ מיטן ווייניקער באַקאַנטן „י. ל. פּרץ שרײַבער־פֿאַראיין‟, וואָס איז אָנגעגאַנגען מיט זײַן אַרבעט פֿון 1903 ביז 1972 און האָט אויך געהאַט אַ פּראָגראַם צו העלפֿן אָרעמע שרײַבער.

די קאַריקאַטורן, טייל קאָלירטע, זענען געצייכנט אינעם סאַן־פֿראַנציסקאָ־סטיל פֿון דער קונסט, און באַהאַנדלען, צווישן אַנדערע טעמעס, הירש גליקס לעבן און אידאַ קאַמינסקאַס אויפֿפֿירונג פֿון בערטהאָלד ברעכטס פּיעסע „מוטער קוראַזש‟. אַ שאָד, וואָס מע האָט נישט געהאַט נאָך מוסטערן פֿון די דאָזיקע שאַפֿערישע קורצע קאַפּיטלעך קולטור־געשיכטע, וואָס באַווײַזן, אַז מע קען אַ סך פֿאַקטן אַרײַנקוועטשן אויף איין זײַט צייכענונגען.

Moshe Shklar, Drops of Joy: Poems

    

דער קאַליפֿאָרניער ייִדישער פּאָעט און רעדאַקטאָר משה שקליאַר האָט צום ערשטן מאָל אַרויסגעלאָזט אַ זאַמלונג פֿון איבערזעצונגען פֿון זײַנע לידער. שקליאַר איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1920, האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און דערנאָך צוריקגעפֿאָרן קיין פּוילן, וווּ ער איז געוואָרן אַ באַקאַנטער פּאָעט און זשורנאַליסט אויף ייִדיש. אין 1968 האָט ער עמיגרירט קיין אַמעריקע מיט זײַן פֿרוי, און איז שוין יאָרצענדליק אַ זײַל פֿון דער ייִדישער קולטור אין לאָס־אַנדזשעלעס.

דאָס בוך נעמט אַרײַן בלויז די ענגלישע איבערזעצונגען, נישט די אָריגינעלע ייִדישע לידער, וואָס איז אַוודאי אַ שאָד. אַפֿילו אינעם בעסטן פֿאַל קען נישט די ענגלישע שפּראַך כאַפּן אַלע קנייטשן פֿון די ייִדישע ווערטער און ייִדישן וועלטבאַנעם. פֿון דעסטוועגן, האָבן די איבערזעצערס — וויליאַם וויליס, מאַרווין צוקערמאַן, הערשל האַרטמאַן און מרים קאָראַל — יאָ געכאַפּט די געפֿילן סײַ פֿון בענקעניש, סײַ פֿון בטחון, וואָס מע פֿילט אָפֿט אין שקליאַרס קורצע, אָבער אויסדריקלעכע לידער.

„דער אלף־בית, טריט בײַ טריט: Jiddisch lesen und schreiben lernen‟

פֿון קאַרין ווײַס, דאָראָטעאַ גרעווע, סמדר ראַוועה־קלעמקע

בעצם איז דאָס ביכל פֿון דײַטשלאַנד געצילט אויף דײַטשן וואָס ווילן זיך אויסלערנען דעם אלף־בית; אַ מין אַרבעטהעפֿט אײַנגעטיילט אין זיבן לעקציעס, מיט שורות אויף יעדער זײַט, אין וועלכע מע זאָל פּראַקטיצירן אויסשרײַבן די אותיות.

פֿאַרן ייִדיש־לערער פֿאַר דערוואַקסענע זענען די ערשטע צוויי, דרײַ וואָכן פֿון יעדן קורס אַ פּראָבלעם, צוליב די פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון קענטעניש בײַ די תּלמידים. אַ טייל קענען גוט רעדן, אָבער נישט לייענען; אַנדערע — דאָס פֿאַרקערטע. איז וויכטיק מע זאָל וואָס גיכער שטעלן אַלע סטודענטן אין קלאַס אויפֿן זעלביקן ניוואָ. מיט שיינער גראַפֿיק און פֿאָטאָגראַפֿיעס (דער קרעדיט פֿאַר דעם קומט ראַוועה־קלעמקע) דערמעגלעכט דאָס ביכל — „דער אלף־בית, טריט בײַ טריט‟ — דעם לערנער צו דערגרייכן דעם ציל און, בשעת־המעשׂה, הנאה צו האָבן.