ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 22

News Highlights: April 22

אַ גרופּע אַרבעטער פֿון די ישׂראלדיקע לופֿטליניעס, בעת אַ דעמאָנסטראַציע זונטיק לעבן דעם ביוראָ פֿונעם פּרעמיער
Getty Images
אַ גרופּע אַרבעטער פֿון די ישׂראלדיקע לופֿטליניעס, בעת אַ דעמאָנסטראַציע זונטיק לעבן דעם ביוראָ פֿונעם פּרעמיער

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 22, 2013, issue of May 10, 2013.

ירושלים. עס איז אױפֿגעעפֿנט געװאָרן די זומער־סעסיע פֿון דער כּנסת.


מאָסקװע. דער ישׂראלדיקער גימנאַסט אַלעקס שאַטילאָװ האָט זוכה געװען צום גאָלדענעם מעדאַל אױפֿן אײראָפּע־טשעמפּיאָנאַט.


ירושלים. די „אל־על‟, „אַרקיע‟ און „ישׂראער‟־אַרבעטער שטרײַקן פֿון זונטיק אָן. די רעגירונג האָט באַשטעטיקט דעם אָפּמאַך מיטן אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד ווי „דער אָפֿענער הימל‟. אױף דער תּל־אָבֿיבֿער בערזע זײַנען די אַקציעס פֿון „אל־על‟ אַראָפּ אױף 8.5%. די אַרבעטער פֿונעם „בן־גוריון‟־אַעראָפּאָרט שטײען צו צום שטרײַק פֿון דינסטיק אָן.


כּנרת. אַ ברכה פֿון הימל — אַ דאַנק די לעצטע רעגנס איז ישׂראל באַװאָרנט מיט װאַסער אױף אַ גאַנץ יאָר.


ירושלים. טשאָק הייגל, דער פֿאַרטיידיקונג־מיניסטער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט אָנגעהויבן זײַן וויזיט קיין ישׂראל מיט אַ באַזוך אין „יד־ושם‟.


אונגערן. צענדליקער טויזנטער מענטשן האָבן זונטיק דעמאָנסטרירט קעגן אַנטיסעמיטיזם אין בודאַפּעשט.


תּל־אָבֿיבֿ. צום ערשטן מאָל איז דער אױסערן־מיניסטער פֿון אַזערבײַדזשאַן אָנגעקומען קײן ישׂראל מיט אַן אָפֿיציעלן װיזיט. אַזערבײַדזשאַן איז אַ מוסולמעניש לאַנד, מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 8.2 מיליאָן אַזערן; אין איראַן װױנען אַרום 20 מיליאָן אַזערן.


ירושלים. אין איר ערשטן אָפֿיציעלן וויזיט קיין ישׂראל, האָט ד״ר מאַרגאַרעט טשאַן, די גענעראַל־סעקרעטאַרין פֿון WHO, די אַלװעלטלעכע געזונט־אָרגאַניזאַציע, געלויבט די ישׂראלדיקע געזונט־באַדינונג סיסטעם, זאָגנדיק: „ישׂראל טוט מער ווי אַנדערע לענדער, פֿאַר ווייניקער געלט.‟


צה”ל. דער ראָש פֿונעם קאַנאַדער גענעראַל־שטאַב, גענעראַל טאָמאַס דזשײ לאַוסאָן איז אָנגעקומען קײן ישׂראל מיט אַן אַרבעט־װיזיט, לױט דער אײַנלאַדונג פֿון זײַן ישׂראלישן קאָלעגע, משה יעלון.


דרום־ישׂראל. אַ ראַקעטע, אַרױסגעשאָסן פֿון עזה־פּאַס, האָט זיך אױפֿגעריסן אױפֿן לײדיקן שטח אין אשכּול־ראַיאָן. דאָס איז געװען די 60סטע ראַקעטע זינט יאַנואַר 2013.


בײרוט. כאַסאַן נאַסראַלאַ, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון „כעזבאָלאַ‟, האָט בסתר באַזוכט טעהעראַן און זיך געטראָפֿן מיטן גײַסטלעכן פֿירער פֿון איראַן אַיאַטאָלאַ כאַמינאַי.


קאַיִר: „מיר האָבן אַנטדעקט אַ שפּיאָנען־נעץ, װעלכע האָט אָפּערירט אין סיני לטובֿת ישׂראל.‟


איסטאַמבול. דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע האָט זיך געטראָפֿן אין אַנקאַראַ מיטן מלוכה־סעקרעטאַר פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן, דזשאָן קערי, און דעם טערקישן פּרעמיער רעצעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן.


אַנקאַראַ. ערבֿ די אָפֿיציעלע אונטערהאַנדלונגען צװישן ישׂראל און טערקײַ, האָט דער טערקישער אױסערן־מיניסטער, אַכמעט דאַװוּטאָגלו, דערקלערט: „מיר װעלן ניט באַהאַנדלען מיט ישׂראל די סיטואַציע אין סיריע.‟ מחמת דער װאַקסנדיקער סכּנה מצד איראַן, װעט ישׂראל בעטן בײַ טערקײַ אַ דערלױבעניש צו ניצן די טערקישע מיליטערישע פֿליפֿעלדער פֿאַר דער ישׂראלדיקער שטורעם־אַװיאַציע.


װאַשינגטאָן. אַמעריקע װעט צוטײלן דער סירישער אָפּאָזיציע די מיליטער־אַמוניציע אױף 100 מיליאָן דאָלאַר.


יאָרדאַניע. פּאָליצײַ האָט צעטריבן מיט כּוח אַ ברוטאַלע דעמאָנסטראַציע אינעם לאַגער פֿון די סירישע פּליטים אין יאָרדאַניע. די צאָל סירישע פּליטים אין יאָרדאַניע איז אַריבער האַלב מיליאָן מענטשן.


עגיפּטן. פּרעזידענט מוכאַמעד מורסי װעגן די ענגע קאָנטאַקטן צװישן די זיכערקײט־אַמטן פֿון ישׂראל און עגיפּטן: „דאָס איז ניט קײן נײַע זאַך. די דאָזיקע קאָנטאַקטן עקזיסטירן מער װי 30 יאָר. אױך מיט אַ פֿײַנט פֿירט מען באַהאַנדלונגען.‟


בולגאַריע. בעתן פֿוסבאָלמאַטש צװישן „לעװסקי‟ סאָפֿיאַ און „ליטעקס‟ לובאַטש, האָבן די פֿאַנאַטיקער פֿונעם פֿוסבאָלקלוב „לעװסקי‟ אױפֿגעהאָנגען אַ פּלאַקאַט — „אַ פֿרײלעכן געבורטסטאָג, אַדאָלף היטלער!”


ירושלים: אַ גרופּע פּאַלעסטינער האָט באַװאָרפֿן מיט שטײנער די מתפּללים בײַם כּותל.