500 ייִדישע רמזים אין פּאָרטוגאַל

500 Jewish Markings in Portugal


פֿון ייִט״אַ

Published April 22, 2013, issue of May 10, 2013.

אַ גרופּע פּאָרטוגעזישע פֿאָרשער האָבן קאַטאַלאָגירט הונדערטער געהיימע צייכנס, וואָס די ייִדן האָבן אויסגעקריצט אין אַ צאָל סטרוקטורן אין סעיאַ אינעם 16טן יאָרהונדערט, נאָך דעם ווי מע האָט זיי געצוווּנגען זיך צו שמדן.

די פֿאָרשער האָבן געמאָלדן, אַז זיי האָבן אַנטדעקט 500 צייכנס אין סעיאַ, אַ מוניציפּאַליטעט אין צפֿון־פּאָרטוגאַל — אַרײַנגערעכנט אותיות און ווערטער אויף לשון־קודש — אין די ווענט פֿון הײַזער, וווּ די געשמדטע ייִדן האָבן געוווינט.

די מיטגלידער פֿון דער פֿאָרש־מאַנשאַפֿט — אַלבערטאָ מאַרטינהאָ, האָזע לוי דאָמינגאָס און לויִזאַ מעצגער ליראַ — האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן אויך געפֿונען בפֿירושע שפּורן אין די שטידלען, וווּ עס זענען אַ מאָל, אַ פּנים, געהאָנגען די מזוזות.

מאַרטינהאָ האָט איבערגעגעבן דער נײַעס־אַגענטור „לוסאַ‟, אַז די אַנטדעקונגען „אילוסטרירן די אַמאָליקע עקזיסטענץ פֿון די ייִדן‟ אין דעם ראַיאָן.

לויט האָזע אולמאַן קאַרפּ, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין ליזבאָן, פּאָרטוגאַל, האָבן 400,000 ייִדן געוווינט אין פּאָרטוגאַל אין יאָר 1536, ווען עס האָט זיך אָפֿיציעל אָנגעהויבן די פּאָרטוגעזישע אינקוויזיציע.

אַ סך פֿון די פּאָרטוגעזישע ייִדן זענען געהאַט אַנטלאָפֿן פֿון דער שכנותדיקער שפּאַניע, וווּ די אינקוויזיציע האָט זיך אָנגעהויבן אין די סוף־1400ער יאָרן. די אינקוויזיציע איז געווען אַן אָרגאַניזירטע קאַמפּאַניע פֿון רדיפֿות, דורכגעפֿירט דורך דער קאַטוילישער קירך.

די רדיפֿות אין פּאָרטוגאַל האָבן געצוווּנגען אַ סך ייִדן צו אַנטלויפֿן פֿון לאַנד. די וועלכע זענען פֿאַרבליבן, זענען שפּעטער באַקאַנט געוואָרן ווי די „נײַע קריסטן‟, כאָטש אַ סך פֿון זיי האָבן בסוד ווײַטער אָפּגעהיט געוויסע ייִדישע מנהגים, און אַנטוויקלט מיטלען ווי אַזוי שטילערהייט זיך אָפּצושיידן פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט דער פּאָרטוגעזישער פּאַרלאַמענט אָנגענומען אַ געזעץ, וואָס באַרעכטיקט די אָפּשטאַמיקע פֿון די ייִדן, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן, צו באַקומען בירגערשאַפֿט. אַן ענלעך געזעץ ווערט איצט צוגעגרייט אין שפּאַניע.

לויט די פֿאָרשער, וועלכער האָבן בדעה צו פּובליקירן די פֿולע שטודיע במשך פֿון די קומעדיקע צוויי וואָכן, האָבן זיי אַנטדעקט 42 הײַזער מיט די צייכנס בלויז אינעם דערפֿל סאַנטאַ מאַרינהאַ, אָבער זיי האָבן צוגעגעבן, אַז אינעם שטעטל טראַנקאָזאָ געפֿינען זיך אַ סך מער הײַזער מיט די צייכנס.