אַ פֿעדעראַל־געשטיצטע פּראָגראַם, וואָס באַזאָרגט אָרעמע תּלמידים מיט סובסידיעס, כּדי צו דערמעגלעכן אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ, האָט במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר אויסגעטיילט מער געלט פֿאַר די שולן אין לייקוווּד, אַ שטעטל פֿון 92,000 אײַנוווינער, ווי אַלע אַנדערע מוניציפּאַליטעטן אין ניו-דזשערזי.
און דאָך געפֿינען זיך אין די פּריוואַטע שולן אין לייקוווּד (ס׳רובֿ פֿון זיי — חרדישע) אַ סך ווייניקער מכשירים זיך צו פֿאַרבינדן מיט דער אינטערנעץ, ווי אין אַלע גרויסע שטעט אין ניו־דזשערזי, לויט אַן אַנאַליז פֿונעם Forward.
אין 2011 האָט די E-Rate סובסידיע־פּראָגראַם אויסגעטיילט $282 פֿאַר יעדן תּלמיד אין לייקוווּד. אין ניואַרק — די גרעסטע שטאָט אין ניו־דזשערזי און איינע פֿון די אָרעמסטע — האָט יעדער תּלמיד באַקומען אין יענעם יאָר בלויז $82.
ווייניקער ווי אַ צענטל פֿון די פֿאָנדן פֿון E-Rate האָט מען אויסגעטיילט פֿאַר די עפֿנטלעכע שולן אין לייקוווּד, וואָס האָט איינער פֿון די נידעריקסטע פּראָצענטן פֿון גראַדואַנטן אין ניו־דזשערזי. די איבעריקע פֿאָנדן זענען אויסגעטיילט געוואָרן צו די פּריוואַטע שולן אין לייקוווּד, וואָס כּמעט אַלע פֿון זיי באַדינען די חרדישע קהילה.
די E-Rate פֿאָנדן קאָנען באַניצט ווערן סײַ פֿאַר אַן אינטערנעץ־פֿאַרבינדונג, סײַ פֿאַר דער טעלעפֿאָן־סיסטעם, אָבער די שולן אין לייקוווּד האָבן נישט מער טעלעפֿאָנען אין די קלאַסצימערן ווי די אַנדערע שולן. דערצו האָבן די חרדישע פֿירער אין לייקוווּד נישט איין מאָל באַטאָנט די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ, בפֿרט פֿאַר דער יוגנט; שטעלט זיך די פֿראַגע, פֿאַר וואָס באַקומען זיי אַזוי פֿיל געלט פֿון E-Rate? אין „בית רבֿקה רחל‟ — אַ חרדישע מיידלשול אין לייקוווּד — געפֿינען זיך בלויז פֿינף מכשירים זיך צו פֿאַרבינדן מיט דער אינטערנעץ, כאָטש עס לערנען זיך דאָרט 1,025 תּלמידות. פֿון דעסטוועגן, האָט די שול באַקומען E-Rate סובסידיעס פֿון $700,000.
„איך האַלט, ס׳איז נישט יושרדיק,‟ האָט באַמערקט מײַקל ראָש, אַ געוועזענער באַאַמטער בײַם בילדונג־אָפּטייל פֿון ניו־דזשערזי, וועלכער וווינט אין לייקוווּד.
דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט געגרינדעט E-Rate אין 1995, כּדי צו באַזאָרגן די אָרעמע יונגע לײַט מיט אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ אין די שולן און ביבליאָטעקן. זינט 1998 האָט E-Rate אויסגעטיילט 2.25 ביליאָן דאָלאַר אַ יאָר צו די שולן אין ביבליאָטעקן איבערן לאַנד.
שוין פֿון לאַנג הערט מען באַשולדיקונגען וועגן דער עקספּלויטאַציע פֿון E-Rate, און דער ענין איז טאַקע אויסגעפֿאָרשט געוואָרן דורכן קאָנגרעס אין 2005. אין פֿעברואַר 2013 האָט די Forward געשריבן וועגן עטלעכע חסידישע אינסטיטוציעס אין ברוקלין, וואָס האָבן באַקומען 1.4 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר ביבליאָטעק־סובסידיעס פֿון E-Rate, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די אינסטיטוציעס ווערן נישט פֿאַררעכנט פֿאַר ביבליאָטעקן.
דערצו האָט די Jewish Week איבערגעגעבן, אַז אַ צאָל חרדישע שולן אין צפֿון־ניו־יאָרק האָבן באַקומען מיליאָנען דאָלאַר דורך די E-Rate סובסידיעס, אַפֿילו אויב זיי דערלויבן נישט זייערע תּלמידים זיך צו פֿאַרבינדן מיט דער אינטערנעץ.
די Forward האָט זיך באַמיט צו אינטערוויויִרן די באַאַמטע סײַ פֿון די פּריוואַטע שולן, סײַ פֿון די עפֿנטלעכע, אין לייקוווּד, אָבער קיינער האָט נישט געוואָלט קאָמענטירן.
די נײַע פֿראַגעס וועגן די גרויסע סומעס, וואָס E-Rate טיילט אויס פֿאַר די חרדישע קהילות קומען אין אַ צײַט, ווען די פּראָגראַם ראַנגלט זיך צו באַזאָרגן די וואַקסנדיקע צאָל שולן איבערן לאַנד, וועלכע פֿרעגן זיך נאָך נאָך די קאָמפּיוטער־סובסידיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.