קודם-כּל, דאַרף איך מאַכט קלאָר, אַז קיין עקספּערט אין טשעטשניע און טשעטשענצעס בין איך ניט. אמת, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַמעריקאַנער, וואָס פּלאָנטערן זיי מיט די טשעכן, בין איך ממש אַ מומחה, דערצו מיט אַ דערפֿאַרונג. ערשטנס, מיט כּמה יאָר צוריק האָבן מיך צוויי טשעטשענצעס באַראַבעווען. איך בין דעמאָלט געווען געקומען קיין מאָסקווע צו אַרבעטן אין אַרכיוון און אויפֿן וועג פֿונעם אַעראָפּאָרט האָבן זיי מיר צוגעשטעלט אַ מעסער צום האַלדז. מחמת קיין שוואַרצענעגער בין איך ניט, האָב איך זיך מיט זיי ניט געאַמפּערט און אָפּגעגעבן אַלץ, ביז דער לעצטער פּרוטה. די פֿאַרזיכערונג האָט מיר אומגעקערט כּמעט די גאַנצע סומע געלט, אַזוי אַז אָרעמער בין איך ניט געוואָרן. אָבער די דערפֿאַרונג האָט מיך אויך ניט באַרײַכערט אין דעם זין, וואָס קיין בעסערן מבֿינות מכּוח די טשעטשענצעס האָב איך פֿון יענער באַגעגעניש, אין אַ פֿינצטערן מאָסקווער ווינקל, ניט אַרויסגעטראָגן.
אַ מאָל, אויך מיט אַ פּאָר יאָרצענדליק צוריק, האָב איך אין ענגלאַנד געהאַט אַ שכן, און אַפֿילו אַ פֿרײַנד, אַ טשעטשענעץ. געחבֿרט האָבן זיך מער אונדזערע ווײַבער, אָבער פֿון מאָל צו מאָל האָט ער, בטבֿע אַ שווײַגער, דערציילט עפּעס פֿון זײַן משפּחה. בפֿרט, האָט ער אַ מאָל געזאָגט, אַז אַ סך טשעטשענצעס האַלטן פֿאַר נאָרמאַל זיך אויפֿפֿירן אויף גאַנץ פֿאַרשיידענע אופֿנים צווישן „די אייגענע‟ און צווישן „די פֿרעמדע‟. מעשׂים, וועלכע זײַנען געווען לחלוטין אוממעגלעך אין טשעטשניע, האָט מען געהאַלטן פֿאַר מעגלעך אין רוסלאַנד. אין דער טשעטשענער שוואַרץ-און-ווײַסער וועלט האָט דאָס פּאָרפֿאָלק אויך געהאַט אייגענע פּראָבלעמען, ווײַל טראַדיציאָנעל האָט מען דאָרטן ניט אָנערקענט קיין געמישטע משפּחות, און די פֿרוי איז געווען פֿון אַן עטנישן טייג געקנאָטן.
אַזוי צי אַזוי, איז צווישן אונדז אַ קאַץ דורכגעלאָפֿן, ווען איך האָב אָפֿן אַרויסגעזאָגט מײַן באַציִונג צו די געשעענישן אין טשעטשניע, ווען זיי האָבן זיך נאָר אָנגעהויבן, אין 1994. איך האָב געהאַלטן און האַלט, אַז אומאָפּהענגיקייט איז אַ גוטע זאַך פֿאַר יעדן פֿאָלק, אָבער מע טאָר ניט דערפֿירן אַזאַ קאַמף ביז אַ בלוטבאָד, ווי דאָס איז געשען אין טשעטשניע. די רעפּובליק און דאָס פֿאָלק וואָלטן געהאַט גאָר אַן אַנדער פּנים, אויב די דעמאָלטיקע טשעטשענישע פֿירער וואָלטן זיך אויפֿגעפֿירט קליגער און ניט צערייצט די רוסישע רציחה.
דער סוף איז, אָבער, באַוווּסט. די רוסישע אַרמיי האָט פֿאַרלוירן אַ סך זעלנער, נאָר פֿון טשעטשניע האָט זי געמאַכט אַ תּל. צענדליקער טויזנטער מענטשן זײַנען אומגעקומען, אַ גרויסער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג איז זיך צעלאָפֿן איבער רוסלאַנד און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע טעריטאָריעס, ווי אויך קיין אויסלאַנד. אַ סך טשעטשענצעס זײַנען געוואָרן מוסולמענישע ראַדיקאַלן. אייניקע פֿירן אַ מין בירגערקריג אין טשעטשניע גופֿא צי אין רוסלאַנד, די אַנדערע טוען עס אין פֿאַרשיידענע לענדער.
אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע הערט מען די טעג פֿראַגעס: „צי האָבן די טשעטשענצעס געעפֿנט אַ פֿראָנט אין אַמעריקע?‟ פֿאַרבונדן איז עס, פֿאַרשטייט זיך, מיט דעם טעראָריסטישן אַקט אין באָסטאָן, אין צענטער פֿון וועלכן זײַנען געשטאַנען די ברידער צאַרנאַעוו. נאָך אַ מאָל — איך בין ניט קיין מומחה אין די דאָזיקע זאַכן; אָבער עס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, צוליב וואָס די טשעטשענצעס דאַרפֿן האָבן אַ „פֿראָנט‟ אין אַמעריקע? וואָס וועלן זיי פֿון אַזאַ אַנטוויקלונג געווינען, אַ חוץ פּראָבלעמען?
קיין „לאָגיק‟ פֿון אויפֿרײַסן באָמבעס, אויסגעפֿאַרטיקטע (אַ פּנים) דורך די צאַרנאַעווס, בלײַבט ניט קלאָר. עס פּלעפֿט ממש דער קאָנטראַסט צווישן די אימאַזשן, וואָס דער אַרומיקער עולם האָט געהאַט וועגן די צוויי יונגע לײַט, און דער בלוטדאָרשטיקייט זייערער. ווי אַזוי פּאָרט זיך עס — און בפֿרט דעם ייִנגערן ברודערס, דזשאָכאַר צאַרנאַעווס — כּלומרשטע „וווילקייט‟ מיט אונטערלייגן באָמבעס לעבן אומשולדיקע מענטשן, קינדער, און זיך רויִק אַוועקגיין פֿון דעם אָרט, גיין אויף די לעקציעס אין אוניווערסיטעט? האָט עס צו טאָן מיט אַ שוואַרץ-און-ווײַסער פּסיכאָלאָגיע: איין זאַך איז זײַן משפּחה און פֿרײַנד, בעת אַנדערע, „די פֿרעמדע‟, פֿאַרדינען ניט זיי זאָלן מרוויח זײַן פֿון זײַן „וווילקייט‟?
ריכטיקע עקספּערטן אין אַזעלכע ענינים דערקלערן: דער פֿאַקט, וואָס די ברידער זײַנען טשעטשענצעס, איז וויכטיק נאָר — אָדער דער עיקר — אין דעם זין, וואָס זיי זײַנען מוסולמענער. ס‘רובֿ פֿון זיי זײַנען רויִקע מענטשן, וואָס ווילן מאַכן אַ לעבן פֿאַר זיך און ניט שטערן אַנדערע צו טאָן דאָס זעלבע. אָבער די צוויי ברידער זײַנען ראַדיקאַליזירט געוואָרן, און דווקא ניט אין טשעטשניע, נאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער ניט ראַדיקאַליזירטער עולם איז פֿאַר זיי אַזוי מיאוס, אַזוי זיי דערווידער, אַז מיט דעם דאָזיקן עולם קען מען, און מוז מען, טאָן אַלץ, כּדי די „אומריינע‟ וועלט אָפּצושוואַכן און צום סוף אין גאַנצן אומברענגען. אַ סבֿרא, אַז די ברידער האָבן באַשלאָסן צו ווערן אַ טייל פֿון דעם „הייליקן חייל‟, וועלכער פֿירט אַ גלאָבאַלע מלחמה קעגן אונדזער ציוויליזאַציע. אָט אַזאַ אָנשיקעניש האָבן מיר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.