נישט לאַנג צוריק האָב איך, זײַענדיק צו גאַסט בײַ רוסיש-רעדנדיקע פֿרומע חבֿרים, איבערגעקוקט און באַהאַנדלט מיט זיי לעוו גומיליאָווס ביכער וועגן כאַזאַריע. גומיליאָוו (1912—1992), דער זון פֿון די באַקאַנטע רוסישע פּאָעטן ניקאָלײַ גומיליאָוו און אַנאַ אַכמאַטאָוואַ, איז געווען אַ קאָנטראָווערסאַלער סאָוועטישער היסטאָריקער. אַ דורכשניטלעכן מערבֿדיקן לייענער איז זײַן נאָמען אינגאַנצן אומבאַקאַנט; אין רוסלאַנד, ווי בײַ רוסישע ייִדן, איז גומיליאָוו פֿאַרבונדן מיט אַ גאַנצן שיכט פֿון פֿילאָסאָפֿיש-היסטאָרישע געדאַנקען, וועלכע זענען טיף אײַנגעוואָרצלט געוואָרן אין דער געזעלשאַפֿט.
אין דער רוסיש-ייִדישער פּרעסע טרעפֿן זיך כּסדר אַזעלכע ספּעציפֿישע טערמינען, ווי „פּאַסיאָנאַרקייט פֿונעם פֿאָלק‟, „סופּער-עטנאָס‟ און „עטנישע אַנטי-סיסטעם‟. פֿאַר אַ געבילדעטן רוסישן ייִד, וועלכער איז אַוועקגעפֿאָרן נאָך דער „פּערעסטרויקע‟, רופֿן אַרויס אַזעלכע טערמינען אַ גאַנצע ריי אַסאָציאַציעס. אין יענער צײַט, ווען די ביכערקראָמען אינעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד האָבן זיך אָנגעפֿילט מיט כּלערליי „עזאָטערישער‟ ליטעראַטור, פֿון לערנביכער פֿאַר כּישוף־מאַכערײַ ביז באַריכטן פֿון קאָנטאַקטן מיט „פֿליִענדיקע טעלערס‟, האָבן זיך אויך פּלוצעם פֿאַרשפּרייט די ווערק פֿונעם היסטאָריקער לעוו גומיליאָוו, וועלכער איז אָפּגעזעסן אַ סך יאָר אין סאָוועטישע לאַגערן און דערפֿאַר באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ גרויסן פֿאָלקס-העלד און אַ וויסנשאַפֿטלעכן גאָון. גלײַך נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, ווען ס׳רובֿ זײַנע ביכער זענען אַרויס, שוין נאָכן טויט פֿונעם מחבר, האָט גומיליאָווס ירושה געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויפֿן רוסישן קולטור-לאַנדשאַפֿט.
צום בײַשפּיל, האָט די פּאָפּולערע רוסיש-ייִדישע וועבזײַט „Jewish.ru‟ געמאָלדן, אַז אַלכּסנדר הינשטיין, אַ ייִד אַ פּאָליטיקער פֿון וולאַדימיר פּוטינס פּאַרטיי „דאָס פֿאַראייניקטע רוסלאַנד‟, איז אַ „פּאַסיאָנאַרער ייִד‟. געוויינטלעך ווערט אַזאַ באַגריף אויסגענוצט ווי אַ קאָמפּלימענט. וולאַדימיר לעווין, אַ ניו-יאָרקער רוסישער זשורנאַליסט, פֿאַרדאַמט די „פּאַסיאָנאַרקייט פֿונעם וועלט-איסלאַם‟. אויף דער וועבזײַט „Newswe.com‟, וווּ לעווינס אַרטיקל איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן, באַמערקט אַן אַנאָנימער קאָמענטאַטאָר פֿון ישׂראל, אַז ניין, נישט די מוסולמענער זענען שולדיק, נאָר „דער חרדיזם איז אַ פֿאָרמע פֿונעם אַגרעסיוון, פּאַסיאָנאַרן און גיפֿטיקן גלות-אַנטיסעמיטיזם‟. אינעם זעלבן קאָמענטאַר, וואַרפֿט ער אין די פֿרומע ייִדן אַנדערע, נישט זייער ליטעראַרישע, שׂינאה-ווערטער.
בקיצור, קאָן מען טרעפֿן סײַ אין גראָבע אינטערנעץ-דיסקוסיעס, סײַ אין ערנסטע צײַטונגען, כּלערליי דוסקוסיעס, וווּ דער דאָזיקער מיסטעריעזער טערמין — „פּאַסיאָנאַרקייט‟ — דינט ווי אַן עפּיטעט פֿון אינגאַנצן באַזונדערע ענינים, פּאָזיטיווע און נעגאַטיווע. קומען קומט ער אָבער פֿון לעוו גומיליאָווס „פּאַסיאָנאַרער טעאָריע פֿון ענטאָגענעז‟.
אויב עמעצער איז געזעסן אין די סאָוועטישע תּפֿיסות, מיינט עס נאָך נישט, אַז זײַנע טעאָריעס זענען תּורה-מן־השמים. דער באַרימטער רוסישער שרײַבער סאָלזשעניצין איז אויך געווען אַן אַנטי-סאָוועטישער דיסידענט און אַ נאָבעל-לאַורעאַט אין ליטעראַטור. אין דער זעלבער צײַט, איז סאָלזשעניצין אויך געווען אַן אַנטיסעמיט און אַ שטיצער פֿון כּלערליי רעאַקציאָנערע געדאַנקען. ווען גומיליאָווס ווערק וועגן כאַזאַריע זענען אַרויס נאָך דער „פּערעסטרויקע‟, האָבן זיי, פֿאַרשטייט זיך, צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ. ערנסטע היסטאָריקער האָבן אָבער באַלד באַמערקט, אַז גומיליאָווס טעאָריעס שמעקן מיט אַנסיסעמיטיזם, זענען עם-הארציש און קלינגען מער ווי פֿאַנטאַסטישע ראָמאַנען, איידער ערנסטע היסטאָרישע פֿאָרשונגען.
ווי ס׳איז באַקאַנט, האָבן לכל-הפּחות אַ טייל כאַזאַרן זיך מגייר געווען. אייניקע פֿאָרשער זענען זיך צוליב דעם משער, אַז די הײַנטיקע ייִדן שטאַמען, אין אַ גרויסער מאָס, פֿון די כאַזאַרישע גרים. די דאָזיקע השערה איז צווייפֿלהאַפֿטיק און ציט צו דעם אויפֿמערק פֿון די אַנטיסעמיטן, אָבער בעצם לייגט זי זיך אויפֿן שׂכל. סוף-כּל-סוף, זענען דאָך געבליבן כאַזאַרישע דאָקומענטן אויף העברעיִש און אַנדערע קלאָרע סימנים פֿון זייער פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקייט. וואָס איז געשען מיט זייערע אייניקלעך?
לויט גומיליאָוון, האָט די גאַנצע גירות-מעשׂה נישט געקאָנט פּאַסירן, ווײַל די ייִדישע רעליגיע איז באַגרינדעט, לויט אים, אויף דעם ראַסע-פּרינציפּ. אין זײַנע ווערק חזרט ער איבער אַ גאַנצע ריי קלאַסישע אַנטי־ייִדישע סטערעאָטיפּן. אַ גרופּע ייִדישע קאָנספּיראַטאָרן האָט אַמאָל איבערגענומען דעם קאָנטראָל איבער כאַזאַריע און געשאַפֿן אַרום זיך אַ קאַסטע פֿון באַדינער.
פֿונוואַנען זענען די קאָנספּיראַטאָרן געקומען? פֿון פּערסיע, דערקלערט גומיליאָוו, ווײַל דאָרטן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט נאָך מער פֿינצטערע קאָנספּיראַציעס פֿון שיִיִטן, וועלכע האָבן געפֿירט דעם פּויערישן קאַמף קעגן פֿעאָדאַליזם. אַ גרופּע ייִדן האָבן זיך דערשראָקן פֿון דעם און זענען אַנטלאָפֿן קיין כאַזאַריע, כּדי אָנצוהייבן דאָרטן אַן אייגענע קאָנספּיראַציע. די קאַטאַרן — אַ האַלב-קריסטלעכע סעקטע אין דער מיטל-עלטערלעכער דרום-פֿראַנקרײַך, וועלכע איז געווען באַקאַנט מיט טאָלעראַנץ צו אַנדערע רעליגיעס — איז אויך געפֿערלעך שלעכט, לויטן דעם דאָזיקן היסטאָריקער. אַזעלכע גרופּעס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן „אַנטי-וועלט‟ פֿון „אַנטי-סיסטעמען‟. נאָך אַ גאַנצע ריי אוראַלטע באַוועגונגען, וועלכע האָבן באַשיצט דעם סאָציאַלן יושר, זענען פֿאַר אים געווען נישט בלויז שלעכט, נאָר בכלל אַנטי-מענטשלעך.
ייִדן זענען, לויט גומיליאָוון, נישט אַזוי שלעכט, אין פֿאַרגלײַך מיט די „אַנטי-סיסטעמען‟. זיי זענען פּשוט „אומפּאַסיאָנאַר‟ — נישט גענוג לײַדנשאַפֿטלעך, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע, „מער אַקטיווע און בראַווע‟ פֿעלקער. דער לעצטער „פּאַסיאָנאַלער שטויס‟ בײַ ייִד איז געשען אינעם 13טן יאָרהונדערט אין פּוילן, און „געשאַפֿן די חסידים‟. אין כאַזאַריע האָבן אָבער די ייִדישע פּאַראַזיטן, לויט אים, אַרויסגערופֿן אַ נאַציאָנאַלע קאַטאַסטראָפֿע און פֿאַרוואַנדלט דאָס דאָזיקע לאַנד אין אַ שרעקלעכן שׂונא פֿון רוסלאַנד.
הגם גומיליאָווס ווערק זענען פֿול מיט אומפּינקטלעכקייטן, גרײַזן און אויסטראַכטענישן, האָבן זיי אַ געוויסן ראָמאַנטישן טעם. ער האָט אויסגעאַרבעט אַ קאָמפּליצירטע טעאָריע מיט אַ רײַכער נעפּלדיקער טערמינאָלאָגיע. אין זײַן טעאָריע שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אַזעלכע קאָסמישע געשעענישן, ווי אויפֿרײַסן פֿון סופּער-נײַע שטערן אינעם קאָסמאָס אָדער זון-ראַדיאָציע, וואָס רופֿט אַרויס מוטאַציעס בײַ געוויסע עטנישע גרופּעס. בעצם, איז עס אַ ראַסיסטישע טעאָריע, לויט וועלכע די מידה פֿון „פּאַסיאָנאַרקייט‟ ווערט גענעטיש געירשנט. צווישן „הויך-פּאַסיאָנאַרע‟ מענטשן געפֿינען זיך אַזעלכע פֿאַרשיידענאַרטיקע פֿיגורן, ווי דער רוסישער מיטל-עלטערלעכער שרײַבער פּראָטאָפּאָפּ אַוואַקום און סטאַלין. די נאָכפֿאָלגער פֿון זײַנע טעאָריעס קאָנען נישט באַשטימען, וואָס דער דאָזיקער טערמין מיינט גענוי, ווײַל גומיליאָוו אַליין האָט עס, ווײַזט אויס, נישט געוווּסט; ער האָט געהאַלטן, אַז די סיבה פֿון „פּאַסיאָנאַרקייט‟ ליגט אין עפּעס אַ „געאָביאָכעמישער ענערגיע פֿונעם לעבעדיקן שטאָף‟. גיי ווייס, וואָס דאָס מיינט.
אַזוי ווי סאָלזשעניצין, איז גומיליאָוו געווען אַ פּראָוואָסלאַוונער קריסטלעכער אַנטיסעמיט. די קשיא איז, פֿאַרוואָס בלײַבן זײַנע ביכער נאָך אַלץ פּאָפּולער צווישן די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן? די וועבזײַט פֿונעם „אייראָ־אַזיאַטישן צענטער אויפֿן נאָמען פֿון לעוו גומיליאָוו‟, האָט מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק פֿאַרענטלעכט אַ טיפֿן פּירוש אויף דעם אַלכעמישן קבלה-ספֿר „אש מצרף‟, פֿון דער פֿאָרשערין וואַלעריאַ סעדאָוואַ. גומיליאָווס טעאָריעס ציִען צו ליבהאָבער פֿון עזאָטערישע סודות און היסטאָרישע רעטענישן, וועלכע אַנטדעקן צומאָל גאָר אינטערעסאַנטע זאַכן.
עס פֿרעגט זיך אַן אַנדער קשיא: ווי אַזוי האָט גומיליאָוון זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרטיידיקן זײַן צווייטע דיסערטאַציע אינעם יאָר 1974? זײַן טעאָריע קומט בפֿירוש אין סתּירה מיט אָנגענומענע סאָוועטישע וויסנשאַפֿטלעכע מעטאָדן, ווי אויך מיט דער אָפֿיציעלער מאַרקיסטישער פֿילאָסאָפֿיע. פֿונדעסטוועגן, האָט ער פּובליקירט אַ ריי רעצענזירטע אַרטיקלען, נאָך אין ברעזשנעווס תּקופֿה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן זײַנע ראַסע-טעאָריעס און אויסטערלישע „געאָביאָפֿיזישע‟ השערות. אין דעם זין, זענען גומיליאָווס ווערק טאַקע אינטערעסאַנט און וויכטיק פֿאַר אַ היסטאָריקער — ווי אַ חידושדיקער פֿענאָמען פֿון דער סאָוועטישער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.