ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 23

News Highlights: April 23

אַמעריקאַנער פֿאַרטיידיקונג־סעקרעטאַר טשאָק הייגעל האָט גערעדט מיט ישׂראלדיקע סאָלדאַטן וועלכע טרענירן הינט, בעת זײַן וויזיט צו אַ באַזע לעבן תּל־אָבֿיבֿ.
Getty Images
אַמעריקאַנער פֿאַרטיידיקונג־סעקרעטאַר טשאָק הייגעל האָט גערעדט מיט ישׂראלדיקע סאָלדאַטן וועלכע טרענירן הינט, בעת זײַן וויזיט צו אַ באַזע לעבן תּל־אָבֿיבֿ.

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 23, 2013, issue of May 10, 2013.

ירושלים. דער שטרײַק פֿון „אל־על‟, „אַרקיע‟ און „ישׂראער‟־אַרבעטער איז געקומען צום סוף. די מדינה װעט דעקן 97,5% פֿון די זיכערהייט־הוצאָות פֿון די ישׂראלדיקע פֿלי־קאָמפּאַניעס.


רעגירונג. „באַנק־ישׂראל‟ און די רעגירונג זײַנען געקומען צו אַ הסכּם. דער בודזשעט־דעפֿיציט אױף 2013 װעט מען העכערן אױף 0,2% און ער װעט דערגרײכן 3 מיליאַרד שקלים.


ירושלים. טשאַק הײגל: „די צוזאַמענאַרבעט צװישן ישׂראל און אַמעריקע אױפֿן מיליטער־געביט איז שטאַרקער װי תּמיד‟.


רבת־עמון. יאָרדאַניע האָט אױסגעטײלט פֿאַר די ישׂראלדיקע שטורעם־עראָפּלאַנען אַ לופֿט־קאָרידאָר פֿון ישׂראל קײן סיריע.


אַנקאַראַ. דזשאָן קעריס בקשה האָט ניט געהאָלפֿן, דער טערקישער פּרעמיער ערדאָגאַן האָט זיך פֿאַרעקשנט: „כ’װעל באַזוכן עזה סוף מײַ‟.


ירושלים. שמעון פּערעס: „איראַן איז די גרעסטע סכּנה פֿאַרן שלום אױף דער װעלט‟.


איסטאַנבול. די ישׂראלדיקע דעלעגאַציע האָט אָנגעהױבן באַהאַנדלען מיט די טערקישע באַאַמטע דעם ענין פֿון די רעפּאַראַציעס פֿאַר די דערהרגעטע טערקישע אַנאַרכיסטן פֿון דער „מאַרמאַראַ‟־שיף. טערקישער באַאַמטער: „די אונטערהאַנדלונגען האָבן זיך אָנגעהױבן מיטן רעכטן פֿוס‟.


צה”ל. בעני גאַנץ, דער ראָש פֿונעם גענעראַל־שטאַב: „רוסלאַנד שטיצט ׳אױף אַ מאָדנעם אופֿן׳ די באַמיִונגען פֿון איראַן און ׳כעזבאָלאַ׳ אָפּצוהיטן אַסאַדס רעזשים אין סיריע‟.


בײרוט — דמשׂק. סירישע רעבעלן האָבן באַשאָסן מיט ראַקעטן די „כעזבאָלאַ‟־באַזעס אין לבֿנון. „אַל־נוסראַ‟ צו „כעזבאָלאַ‟: „מיר װילן אײַך דערלאַנגען און פֿאַרניכטן אין בײרוט‟. דערװײַל האָבן די אָפּאָזיציאָנערן צוריקגעקערט מיט קאַמפֿן בײַ „כעזבאָלאַ‟ אַ פּאָר דערפֿער לעבן כאַלעב.


קאַטמאַנדו. אין נעפּאַל איז נײטראַליזירט געװאָרן אַ טעראָריסטישער אַקט פֿון איראַן אױף דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע. דער איראַנישער טעראָריסט האָט געהאַט אַ פֿאַלשן ישׂראלדיקן פּאַספּאָרט.


קאַנאַדע. די איראַנישע צװײַג פֿון „אַל־קײַדאַ‟ האָט פּלאַנירט אַ טעראָריסטישן אַקט אין דער צוג טאָראָנטאָ — ניו־יאָרק.


אַמ”ן: (מיליטערישער אױסשפּיר־אַמט) „סירישער רעזשים האָט געניצט דאָס כעמישע געװער און די װעלט האָט זיך ניט אַרײַנגעמישט. דאָס רופֿט אַרױס אין ישׂראל אַ גרױסע באַזאָרגטקײט. עס איז אַ גרױסער ספֿק צי איראַן װעט זיך אָפּזאָגן פֿונעם נוקלעאַר־געװער‟.


קאַיִר: עגיפּטישער זיכערהײט־אַמט האָט אַנטדעקט אױפֿן סיני אַ גרױסע קוואַנטיטעט פֿון געװער, שיסװאַרג און נאַרקאָטיקס. די סחורה איז געװען צוגעגרייט פֿאַרן שמוגל אין ישׂראל.


פּאַריז. אַ רבֿ און זײַן זון זײַנען דערשטאָכן געװאָרן מיט אַ מעסער אױף דער גאַס. אַ צופֿעליקער פֿאַרבײַגײער האָט פֿאַרהאַלטן דעם אָנגרײַפֿער, אַן איראַנישן בירגער.


ירושלים. צװײ פֿרומע בחורים זײַנען פֿאַרדעכטיקט אינעם באַפֿאַלן אין דער אַלטער שטאָט אַן אַראַבישן יונג.


תּל־אַבֿיבֿ: גענעראַל עמוס יאַדלין: „איראַן האָט איבערגעטראָטן די ׳רױטע ליניע׳ און שױן זומערצײַט קען איראַן אָנהײבן פּראָדוצירן נוקלעאַר־געװער”.