קאַנאַדער צײַטונג שליסט זיך

Canadian Jewish News to Fold


Published April 23, 2013, issue of May 10, 2013.

די באַקאַנטע אַנגלאָ־ייִדישע צײַטונג, The Canadian Jewish News, האָט מאָנטיק געמאָלדן, אַז זי וועט זיך שליסן אין צוויי חדשים אַרום. די צײַטונג, וואָס האָט אַ טיראַזש פֿון בערך 40,000 לייענער, האָט געזאָגט, אַז דער לעצטער נומער וועט אַרויסגעלאָזט ווערן דעם 20סטן יוני. דאָס שליסן זיך פֿון דער צײַטונג מיינט, אַז 50 מענטשן וועלן פֿאַרלירן זייערע שטעלעס.

„כ׳האָב זיך קיין מאָל נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז איך וועל מוזן שרײַבן די ווערטער,‟ האָט דער פּרעזידענט פֿון דער צײַטונג, דאָנאַלד קאַר, מאָנטיק אָנגעשריבן אויף דער וועבזײַט פֿון דער צײַטונג. „אַפֿילו אין מײַנע ערגסטע קאָשמאַרן איז עס מיר נישט אײַנגעפֿאַלן.‟

די צײַטונג וועט זיך שליסן „צוליב די זעלבע סיבות, וואָס אַנדערע געדרוקטע צײַטונגען און זשורנאַלן מוטשען זיך איבער דער וועלט,‟ האָט קאַר דערקלערט.

„די דיגיטאַלישע תּקופֿה, אין וועלכער מענטשן האָבן אַ כּסדרדיקן צוטריט צו די נײַעס און עדיטאָריאַלן אויף זייערע ׳קלוגע׳ טעלעפֿאָנען, קאָמפּיוטערס און אַנדערע נײַע אַפּאַראַטן, האָט איבערגענומען דאָס געדרוקטע וואָרט,‟ האָט ער געשריבן.

קאַר, וועלכער איז אויך דער פֿאַרלעגער פֿון דער צײַטונג, האָט צוגעגעבן, אַז די פֿירמעס וואָס פֿלעגן רעקלאַמירן אין דער צײַטונג, האָבן לעצטנס זיך געקווענקלט דאָס צו טאָן, ווײַל דער שווערער עקאָנאָמישער מצבֿ האָט זיי איבערגעלאָזט מיט ווייניקער געלט פֿאַר רעקלאַמעס.

די צײַטונג, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1960, איז אָפּגעקויפֿט געוואָרן פֿון אַ גרופּע כּלל־טוער, פֿאַרבונדן מיטן „קאַנאַדער ייִדישן קאָנגרעס‟.

קאַר איז נאָך נישט זיכער, צי די וועבזײַט פֿון דער צײַטונג וועט ווײַטער בלײַבן, צי נישט. „דאָס איז אונדזער האָפֿענונג,‟ האָט קאַר געזאָגט.

די צײַטונג איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין טאָראָנטאָ, אָבער האָט אויך געהאַט אַ מאָנטרעאָלער בײַלאַגע. עס געפֿינען זיך נאָך אַלץ קלענערע, רעגיאָנאַלע אַנגלאָ־ייִדישע צײַטונגען אין קאַנאַדע, אָבער די Canadian Jewish News איז די איינציקע, וואָס איז אומאָפּהענגיק און באַרירט טעמעס פֿון גאַנץ קאַנאַדע.

די איינציקע נישט־רעגיאָנאַלע צײַטונג, וואָס איז איצט פֿאַרבליבן אין לאַנד איז The Jewish Tribune — אַ צײַטשריפֿט פֿון „בני־ברית קאַנאַדע‟.