דער ישׂראלדיקער אינערן־מיניסטעריום האָט צוריקגעצויגן זײַן אָפּזאָג צו דערלויבן די עטלעכע הונדערט פּערואַנער גרים, אויך באַקאַנט ווי „די ייִדן פֿונעם אַמאַזאָן‟, זיך צו באַזעצן אין ישׂראל דורכן „חוק השבֿות‟ (געזעץ פֿון צוריקקער), האָבן איבערגעגעבן די באַאַמטע פֿון דער „סוכנות‟.
אַ טייל פֿון די מיטגלידער פֿון דער קהילה וועלן אָנהייבן קומען קיין ישׂראל דעם קומעדיקן זומער, אין קליינע גרופּעס, כּדי צו פֿאַרגרינגערן זייער אַבסאָרבציע. די „סוכנות‟ האָט אַראַנזשירט וווינונגען פֿאַר זיי אין ראַמלע, וווּ אַ סך פֿון זייערע קרובֿים וווינען שוין.
די גרופּע פֿון 284 פּערואַנער, וועלכע קומען פֿון איקיטאָס — די גרעסטע שטאָט אינעם פּערואַנער רעגן־וואַלד — האָבן זיך מגייר געווען אונטער דער השגחה פֿון אַ קאָנסערוואַטיוון ראַבינער אין אויגוסט 2011, נאָכן לערנען זיך ייִדישקייט פֿינף יאָר לאַנג. זיי שטאַמען אָפּ פֿון די מאַראָקאַנער ייִדן, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אינעם אַמאַזאָן אינעם 19טן יאָרהונדערט, זוכנדיק אַרבעט אין דער גומע־אינדוסטריע. שפּעטער האָבן די מאַראָקאַנער ייִדן חתונה געהאַט מיט די אָרטיקע פֿרויען און געהאַט קינדער מיט זיי.
לויט די הײַנטיקע תּקנות פֿאַר עליה, דאַרפֿן די מענטשן, וואָס האָבן פֿאַרענדיקט דעם גיור, אָפּגעבן נײַן חדשים ווי אַקטיווע מיטגלידער פֿון זייער אָרטיקער ייִדישער קהילה, איידער זיי קענען זיך באַזעצן אין ישׂראל. במשך פֿון דער צײַט, באַטראַכט דער אינערן־מיניסטעריום זייערע אַפּליקאַציעס. דער מיניסטעריום האָט נישט קיין פֿאָרשטייער אין אויסלאַנד, מוזן זײַנע באַאַמטע זיך פֿאַרלאָזן אויף די רעקאָמענדאַציעס פֿון דער „סוכנות‟ וועגן דער גילטיקייט פֿונעם גיור־פּראָצעס.
פֿאַראַיאָרן האָט די „סוכנות‟ איבערגעגעבן דעם אינערן־מיניסטעריום, אַז דער גיור דורכגעפֿירט מיט דער גרופּע פֿון 284 פּערואַנער באַפֿרידיקט אַלע קריטעריעס אויף עולה צו זײַן, לויטן חוק־השבֿות.
פֿון דעסטוועגן, האָבן די באַאַמטע פֿונעם אינערן־מיניסטעריום געטענהט, אַז דאָס אַריבערברענגען אַזאַ גרויסע גרופּע גרים פֿאָדערט אַ באַשלוס פֿון אַ ספּעציעלן קאַבינעט. סײַ די באַאַמטע פֿון „סוכנות‟, סײַ די פֿירער פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג אין ישׂראל, זענען אויפֿגעבראַכט געוואָרן צוליב דעם וואָס דער אינערן־מיניסטעריום גיט נישט די פּערואַנער קיין דערלויבעניש עולה צו זײַן.
נאָך עטלעכע חדשים האָט דער אינערן־מיניסטעריום, צום סוף, אָנגענומען אַ פּסק, אַז די עליה פֿון דער גרופּע פֿאָדערט נישט קיין באַשלוס פֿונעם קאַבינעט.
הונדערטער מיטגלידער פֿונעם איקיטאָס־ציבור האָבן שוין עולה געווען קיין ישׂראל אין צוויי באַזונדערע כוואַליעס: די ערשטע אין יאָר 2001, און די צווייטע — אין 2005.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.