חיים ביידער — האַרציקער מענטש

Chaim Beider - A Sincere Individual


פֿון לעאָניד שקאָלניק

Published April 23, 2013, issue of May 10, 2013.

דעמאָלט, אין ביראָבידזשאַן, ווען כ’האָב צום ערשטן מאָל באַזוכט חיים ביידערן, אין דעם קליינער האָטעל־נומער, וווּ ער האָט זיך אָפּגעשטעלט מיט זײַן פֿרוי שׂרה, איידער זיי האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ נאָרמאַלער וווינונג, האָב איך זיך געבראָכן דעם קאָפּ, הלמאי דער מענטש, נאָך נישט גאָר אַ גרויער, אָבער שוין ווײַט נישט קיין יונגער, איז געקומען אַהער? וואָס האָב איך צו יענער צײַט בכלל געוווּסט וועגן ביידערן?

כ’האָב געוווּסט, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קופּעל, כמעלניצקער געגנט, אין אַ משפּחה פֿון אַ היטלמאַכער. כ’האָב אויך געוווּסט, אַז זײַנע ערשטע ייִדישע לידער האָט ער אָפּגעדרוקט אין דער כאַרקאָווער קינדער־צײַטונג „זײַ גרייט‟, אין דער עלטער פֿון 13 יאָר. אין 1933 האָט ער פֿאַרענדיקט די זיבן קלאַסן פֿון דער אָרטיקער ייִדישע שול, און מיט אַ יאָר שפּעטער געוואָרן אַ סטודענט פֿונעם אָדעסער ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום; זיך געדרוקט אין די צײַטונגען „יונגע גוואַרדיע‟, „דער שטערן‟, „דער עמעס‟, אינעם אַלמאַנאַך „סאָוועטיש‟ און שפּעטער אין דער צײַטונג „אייניקײַט”…

איך האָב געוווּסט, אַז אין 1936 איז חיים ביידער אָנגעקומען אינעם ייִדיש־אָפּטייל בײַם אָדעסער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און אים פֿאַרענדיקט אַקוראַט פֿאַר דער מלחמה. ער האָט מיר שפּעטער בסוד דערקלערט, אַז אין יאָר 1939 האָט די רעגירונג, לויט די „פֿילצאָליקע בקשות פֿון די עלטערן‟, געשלאָסן אַלע ייִדישע שולן; דעריבער איז אָפּגעפֿאַלן די נויטווענדיקייט אויסצושולן ייִדישע לערער. האָט ביידער באַקומען דעם דיפּלאָם ווי אַ לערער פֿון רוסיש און רוסישער ליטעראַטור. שפּעטער האָט ער אָפּגעאַרבעט איבער 25 יאָר אין דער אוקראַיִנישער פּרעסע אין די געגנטן פֿון דניעפּראָפּעטראָווסק, פּראָסקוראָוו, קאַמענעץ־פּאָדאָלסק. פֿון דעסטוועגן, האָט ער די אַלע יאָרן ממשיך געווען צו שרײַבן לידער דווקא אין ייִדיש, כאָטש גלענצנדיק באַהערשט אויך רוסיש און אוקראַיִניש. ווי מע פֿלעגט זאָגן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, געשריבן אין טישקעסטל, ווײַל צו דרוקן זיי איז נישט געווען וווּ. לעבנדיק אין אוקראַיִנע, האָט ביידער פֿאַרעפֿנטלעכט עטלעכע וויכטיקע וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן אין תּחום פֿון אוקראַיִנישער און רוסישער ליטעראַטור־געשיכטע.

און אָט קומט דער באַשלוס אַרויסצולאָזן אין מאָסקווע דעם אַלפֿאַרבאַנדישן ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. גאָר אין גיכן באַקומט ביידער פֿון דער רעדאַקציע אַ בריוו. איך דערמאָן זיך, ווי חיים האָט מיר דערציילט:

— פּלוצעם… אַ בריוו פֿון מאָסקווע… אויף ייִדיש… אָנגעשריבן נישט פֿון דער האַנט, נאָר אויף אַ שרײַב־מאַשינקע… און דעם דאָזיקן בריוו דאַרף איך פֿון קיינעם נישט אויסבאַהאַלטן…

דער בריוו האָט שוין זײַן פֿרוי שׂרה נישט געגעבן קיין רו. זי האָט זיך קיין אָרט נישט געקאָנט געפֿונען. זי האָט באַלד דערפֿילט, אַז דער מאַן איז שוין גרייט צו פֿאַרלאָזן אַלץ און זיך אומקערן צו זײַן ייִדישער שאַפֿערישקייט. ער האָט שוין אַ תּירוץ צו זיצן דורך די נעכט בײַם שרײַבטיש…

אַהרון ווערגעליס, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם נײַעם זשורנאַל, האָט זיך אָבער נישט געאײַלט צו „כאַפּן‟ מיטאַרבעטער גלײַך אויף דער גאַס. ער איז געווען אַ מענטש פֿון אַן אַנדער מין שניט. אים האָט די מלוכה באַאויפֿגעטראָגן אַרויסצולאָזן דעם איינציקן ייִדישן זשורנאַל אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, הייסט עס, אַז דער דער דאָזיקער זשורנאַל דאַרף זײַן אויפֿן העכסטן ניוואָ.

און „סאָוועטיש היימלאַנד‟ איז טאַקע געווען אַזאַ זשורנאַל, נישט געקוקט אויף זײַן גאַנצער „סאָוועטישקייט‟. ער האָט דערמעגלעכט די ייִדן זיך אומצוקערן צו זייער שפּראַך, קולטור, צו זייער, כּמעט אָפּגעווישטער, נאַציאָנאַלער אידענטיטעט. חיים ביידער האָט זיך אַוודאי אַ צי געטאָן צו דעם איינציקן לעבעדיקן קוואַל פֿון מאַמע־לשון; צו פֿאַרווירקלעכן זײַן טרוים האָט ער אָנגעהויבן פֿון ביראָבידזשאַן. ער האָט זיך צונויפֿגעשריבן מיט דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ און באַקומען פֿון דאָרט אַ פֿאַרבעטונג צו אַרבעטן אין דער אויסגאַבע. ער פֿאַרלאָזט זײַן באַוווינטע אוקראַיִנשע היים און לאָזט זיך „עק וועלט‟ קיין ביראָבידזשאַן. די טרעפֿונג אינעם אָרטיקן האָטעל איז טאַקע פֿאָרגעקומען אינעם ערשטן טאָג פֿון זײַן קומען.

יאָ, איך געדענק דאָס קליינע צימערל. אויף דער פֿענצטערברעט זײַנען אַרומגעלאָפֿן שוואַרצע טאַראַקאַנען; אָבער ביידער האָט, דאַכט זיך, זיי נישט באַמערקט — ער האָט זיך באַלד גענומען לייענען מיר זײַנע לידער…

פּלוצעם האָט ער זיך געכאַפּט:

— בכלל פֿאַרשטייסטו, וועגן וואָס עס גייט דאָ די רייד?

— איר מיינט, די לידער צי אײַער קומען קיין ביראָבידזשאַן? — האָב איך שוין געפֿרעגט.

— סײַ דאָס, סײַ דאָס, — האָט זיך צעשמייכלט ביידער, ווי נאָר ער האָט געקאָנט שמייכלען.

— כ’פֿאַרשטיי. מײַן מאַמע האָט מיך אויסגעלערנט לייענען און שרײַבן אויף ייִדיש. פֿון ייִדיש האָב איך שוין איבערגעזעצט אויף רוסיש די לידער פֿון אונדזערע אָרטיקע פּאָעטן — איציק בראָנפֿמאַן, ליובע וואַסערמאַן, בוזי מילער, זיסי ווייצמאַן…

— און מײַנע לידער וועסטו איבערזעצן?

— כ’ל’זען. כ’מיין, אַז יאָ.

— איך האָב אויך נישט ווייניק איבערגעזעצט. ס’איז גאָר נישט קיין גרינג איבערצולעבן צוזאַמען מיטן דיכטער, וואָס ער האָט איבערגעלעבט, שאַפֿנדיק זײַן ליד.

מיר, אין יענער צײַט יונגע ביראָבידזשאַנער פּאָעטן, פּראָזאַיִקער און זשורנאַליסטן — ראָמאַן שוחט, וויטיאַ סאָלאָמאַטאָוו, טאָליאַ קאָבענקאָוו, אָליאַ ערמאָלאַיעוואַ, וויטיאַ יאָפֿיק, יאַשע ציגעלמאַן, מאַראַט ראַטנער, איליושע רעוויטש — האָבן זיך גיך באַפֿרײַנדעט מיט ביידערן און געווען אָפֿטע געסט אין זײַן דירה, ווען ער האָט זיך שוין אַריבערגעצויגן פֿונעם האָטעל אין אַ נאָרמאַלע וווינונג.

ביידער האָט פֿאַרמאָגט עפּעס אַזוינס, וואָס ס‘האָט אונדז אַלע צוגעצויגן צו אים. ער איז געווען אָפֿן און ברייטהאַרציק אויף אַ גוט וואָרט, קיין מאָל נישט געהעכערט זײַן קול, שטענדיק געשמייכלט, נישט געקוקט אויף זײַן פֿאַרנומענקייט בײַ דער אַרבעט (אין ביראָבידזשאַן, און שפּעטער אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟ פֿלעג ער ממש שלעפּן אויף זיך דעם גאַנצן רעדאַקציע־וואָגן, אָבער קיין מאָל זיך אויף קיינעם נישט באַקלאָגט). מיט פֿיל יאָר שפּעטער, שוין אין זײַן מאָסקווער גאַסטפֿרײַנדלעכער דירה, בײַם שיין־געדעקטן טיש, צוגעגרייט פֿון יעווע לאָזדערניק — זײַן צווייטע פֿרוי נאָכן טויט פֿון שׂרה, זײַן געטרײַע און איבערגעגעבענע העלפֿערין, — איז ער אויך געווען גוט און פֿרײַנדלעך, ווי דעמאָלט אין ביראָבידזשאַן.

אין 1973 איז ביידער אַריבערגעפֿאָרן קיין מאָסקווע און האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟ — בײַם אָנהייב ווי פֿאַרוואַלטער פֿון אַן אָפּטייל, דערנאָך ווי דער שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר. אין 1991 האָט ער פּענסיאָנירט, צוליב זײַן שלאַפֿקייט. זײַן רעדאַקציע־ביוראָ אויף קיראָוואַ־גאַס, 17, איז געווען ממש פֿאַרשטעלט מיט אַלטע ביכער, מאַנוסקריפּטן, אַרײַנגעשיקט פֿון די ייִדישע שרײַבער. ער איז געווען אַן עכטער שומר פֿון דער ייִדישער קולטור, נאַציאָנאַלן עזבֿון; ער האָט געקענט אויף אויסווייניק הונדערטער ביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע שרײַבער, וואָס אַ סך פֿון זיי זײַנען געווען זײַנע לערער און פֿרײַנד. ער אַליין איז אַ מחבר פֿון נײַן פּאָעטישע זאַמלונגען, אַרויסגעלאָזט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אין 1996 פֿאָרט ביידער אַריבער קיין ניו־יאָרק. דאָרט עפֿנט זיך בײַ אים אַ צווייטער קוואַל פֿון שאַפֿערישקייט. ער שרײַבט פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, רעדאַגירט דעם עלטסטן ייִדישן זשורנאַל „די צוקונפֿט‟, פֿירט זײַן רובריק וועגן ייִדישע שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד אויף דער ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם „די פֿאָרווערטס־שעה‟. עס קומט אויך די פֿאַרדינטע אָנערקענונג: אין תּל־אָבֿיבֿ באַקומט ער דעם „הויפֿשטיין־פּרײַז‟, אין ניו־יאָרק — די ליטעראַרישע פּרעמיע פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס.

ער האָט מיט אַלעמען גערעדט ווי מיט אַ גלײַכן, און מיט אַ שמייכל רעאַגירט אויף אַ „שוואַרצן הומאָר‟. איין מאָל האָב איך באַזוכט ביידערן באַלד נאָך דעם ווי ער האָט דורכגעמאַכט דעם קורס פֿון כעמיע־טעראַפּיע. פֿון זײַן פּרעכטיקער גרויער פֿריזור איז קיין סימן נישט געבליבן. האָב איך ביטער באַמערקט, אַז איצט וועט ער שוין זיכער ווערן רײַכער; ער וועט נישט דאַרפֿן אויסגעבן געלט זיך אונטערצושערן. חיים האָט זיך צעשמייכלט און מיר דערציילט, אַז מענטשן, זײַנע באַקאַנטע, ווען זיי דערזעען אים, פֿאַרלירן זיי דאָס לשון.

ווי זײַן פֿרוי יעווע דערמאָנט זיך, האָט חיים, די לעצטע חדשים פֿון זײַן לעבן זיך אָפּגעגעבן דער אַרבעט איבערן „לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבערס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד‟; אַן ערך 500 נעמען. ער האָט זיך באַמיט נישט דורכצולאָזן קיין איין שרײַבער ניט. דעם „לעקסיקאָן‟ האָט אַרויסגעלאָזט דער אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס אין 2011, שוין נאָך ביידערס טויט. ער איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק דעם 7טן דעצעמבער 2003.

וואָס האָט חיים ביידער געלאָזט נאָך זיך? אַ גוטן נאָמען, אַ שלעכטן נאָמען? גלײַכגילטיקייט? חיים ביידער האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך זײַן ירושה — זײַנע ביכער וועגן אונדזער געשיכטע. אַזאַ עזבֿון ווערט נישט פֿאַרברענט.