בעת אַ רעדע דעם 23טן אַפּריל אין ניו-יאָרק, האָט באַס לאַנסדאָרפּ, דער גרינדער און פֿאַרוואַלטער פֿון דער האָלענדישער פֿירמע „מאַרס איינס‟, געמאָלדן, אַז ער זוכט אַ גרופּע וואָלאָנטירן פֿון 18 ביז 40 יאָר, וועלכע וואָלטן געוואָלט פֿאַרברענגען דאָס רעשט פֿון זייער לעבן אויף דער רויטער פּלאַנעט. דער פּלאַנירטער פֿלי צום מאַרס פֿאָדערט אַ סך ברענשטאָף, דערפֿאַר לייגט די פֿירמע פֿאָר די בעלנים נאָר „אַן איינזײַטיקן בילעט‟.
די פֿירמע „מאַרס איינס‟ האָפֿט צו שאַפֿן די ערשטע שטענדיקע קאָלאָניע אויף מאַרס, וווּ עס וועלן, צוערשט, וווינען פֿיר מענטשן, צום יאָר 2023. יעדעס צוויי יאָר וועלן אַהין אָנקומען, לויטן פּלאַן, פֿיר נײַע תּושבֿים. קודם-כּל, קלײַבט זיך די פֿירמע שיקן צו דעם פּלאַנעט אַ קאָמוניקאַציע-סאַטעליט און אַ ראָבאָט, וועלכער וועט זוכן די בעסטע ערטער פֿאַר אַ מעגלעכן מענטשלעכן ייִשובֿ.
מער ווי 40,000 מענטשן האָבן שוין געבעטן צו באַטייליקן זיך אין דער עקספּעדיציע. געראַרט עט האָאָפֿט, אַ האָלענדישער נאָבעל-לאַורעאַט אין פֿיזיק, האַלט פֿונעם פּראָיעקט; אַ טייל מענטשן באַציִען זיך אָבער צו לאַנסדאָרפּס פּלאַן מיט אַ גרויסן ספֿק. ריטשאַרד גאַריאָט, אַ קאָסמאָס-טוריסט, וועלכער האָט באַצאָלט 30 מיליאָן דאָלאַר, כּדי אָנטיילצונעמען אין אַן עכטן 12־טאָגיקן פֿלי אַרום דער ערד צוזאַמען מיט צוויי רוסישע קאָסמאָנויטן, האָט געזאָגט, אַז „מאַרס איינס‟ קלינגט ווי אַן אינטערעסאַנטע איניציאַטיוו, אָבער האָט דערווײַל נישט גענוג געלט, כּדי דורכצופֿירן אַזאַ אַמביציעזן פּלאַן.
אַזוי צי אַזוי, האָט אַ גרופּע פֿיזיקער פֿונעם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט, בשותּפֿות מיט דער ראַקעט-קאָמפּאַניע „MSNW‟, איבערגעגעבן, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן מענטשן קאָנען, אין פּרינציפּ, פֿאָרן קיין מאַרס אַהין און צוריק פֿאַר בלויז 30 טעג. די ברענשטאָף-באַגרענעצונגען קאָן מען איבערקליגן, אויב מע באַנוצט זיך מיט דער טערמאָ-נוקלעאַרער ענערגיע.
דער געוויינטלעכער ברענשטאָף, בלויז כּדי צו דערקלײַבן זיך ביז דעם רויטן פּלאַנעט וואָלט געקאָסט, לויטן חשבון פֿון „נאַסאַ‟, 12 מיליאַרד דאָלאַר, און דער פֿלי וואָלט פֿאַרנומען בערך 500 טעג. ווי ס׳איז באַקאַנט, טראָגט אַפֿילו אַ קליינע וואַסערשטאָף-באָמבע אַ ריזיקן אויפֿרײַס-כּוח. אויב מע קאָן קאָנטראָלירן די רעאַקציע, קאָן מען אָנהייבן אַ גאַנצע נײַע ערע פֿון נסיעות צווישן די פּלאַנעטן מיט אַ קליינעם סכום פֿונעם טערמאָ-נוקלעאַרן ברענשטאָף.
עס זענען שוין פֿאַראַן פֿאַרשיידענע פּראַקטישע מכשירים, וועלכע פּראָדוצירן נייטראָן-שטראַלן און אַנדערע נוצלעכע עפֿעקטן מיט דער הילף פֿון טערמאָ-נוקלעאַרע רעאַקציעס. דערווײַל האָט זיך קיינעם נישט אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ דערפֿאָלגרײַכן טערמאָ-נוקלעאַרן רעאַקטאָר, וואָס זאָל פּראָדוצירט ענערגיע — אַחוץ דעם דערמאָנטן דעסטרוקטיוון כּוח פֿון די וואַסערשטאָף-באָמבעס. אַ צאָל פֿאָרש-גרופּעס, אַרײַנגערעכנט די דערמאָנטע וויסנשאַפֿטלער, אַרבעטן הײַנט איבער דער דאָזיקער פּראָבלעם, און האָבן שוין אָנגעוויזן, אַז ס׳איז מעגלעך צו שאַפֿן אַזאַ רעאַקטאָר. די ערשטע עקספּערימענטאַלע טערמאָ-נוקלעאַרע עלעקטראָ-סטאַנציע ווערט איצט געבויט אין דרום-פֿראַנקרײַך; מע פּלאַנירט זי צו עפֿענען אינעם יאָר 2020.
איין אינטערעסאַנסטער עפֿעקט פֿונעם הויכן עלעקטרישן פּאָטעציאַל באַשטייט אין דעם, וואָס ער ווערט גרינג פֿאַרוואַנדלט אין אַ קוואַל פֿון אַן עקסטרעם-הויכער טעמפּעראַטור. אַ גענעראַטאָר פֿון אַ גענוג-גרויסן וואָלטאַזש קאָן, מעגלעך, אָנצינדן אַמאָל די טערמאָ־נוקלעאַרע רעאַציעס אין אַ שיף, וואָס קאָן ברענגען פּאַסאַזשירן אויף אַ באַזוך קיין מאַרס. אין פּרינציפּ, בערך 100,000 וואָלט איז גענוג, כּדי אָנצוּוואַרעמען די פּלאַזמע ביז 120 מיליאָן גראַד און אַרויסרופֿן אַ רעאַקציע צווישן די שווערע איזאָטאָפּן פֿון וואַסערשטאָף.
אָן קיין ספּעציעלע מכשירים, קאָן אַזאַ וואָלטאַזש אָנצינדן אַ פּשוט פֿײַער. אויף אַזאַ אופֿן צינדט מען אָן דעם ברענשטאָף מיט אַן עלעקטרישן פֿונק אין געוויינטעכע ראַקעטן. אַזאַ פֿײַער-עקספּערימענט איז באַזונדערס צוגעפּאַסט הײַנט, לכּבֿוד דעם קומענדיקן ל״ג-בעומר.
די וואָך האָט דער מחבר פֿון די שורות געקויפֿט אַ מתּנה פֿאַר קינדער אויפֿן געבוירן־טאָג — אַ עלעקטראָפֿאָר-גענעראַטאָר, אויך באַקאַנט ווי די ווימסהערסט-מאַשין, לכּבֿוד דעם ענגלישן אינזשעניר דזשיימס ווימסהערסט, וועלכער האָט דערפֿונדן דעם דאָזיקן באַלערנדיקן מכשיר מיט 130 יאָר צוריק.
אויף דער אינטערנעץ ווערן פֿאַרקויפֿט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿון די עלעקטראָפֿאָר־מאַשינען. מע קאָן אויך גענוג גרינג זיי קאָנסטרויִרן אַליין, אויב מע האָט די נייטיקע אינסטרומענטן און מאַטעריאַלן. איך האָב געקראָגן אָט-אַזאַ וואַריאַנט:
//www.sci-supply.com/closeup.asp?cid=127&pid=141&offset=0&gclid=CKDBu6G44bYCFQqi4AodNX8AbQ
אין דער דאָזיקער מאַשין דרייען זיך צוויי פּלאַסטיק-דיסקן אין פֿאַרקערטע ריכטונגען, פֿאַרשאַפֿנדיקן אַן עלעקטראָ-סטאַטישן עפֿעקט, וועלכער דערמעגלעכט אָנצולאָדן צוויי „לײַדען-סלויען‟, פּשוטע קאָנדענסאַטאָרס, ביז איבער 100,000 וואָלט.
מיט דער הילף פֿונעם דאָזיקן אַפּאַראַט, קאָן מען אָנשוינלעך ווײַזן אַ קינד די יסודותדיקע עלעקטרישע פּרינציפּן, אויף אַ טשיקאַוון און חידושדיקן אופֿן. פֿאַר אַ מענטש, וואָס איז צוגעוווינט צו דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון קאָמפּליצירטע עלעקטראָנישע מכשירים, איז באַזונדערס אינטערעסאַנט צו זען, אַז אַ ריין-מעכאַנישער מאַשין קאָן גענערירן דעם עלעקטרישן כּוח. מע גיט די דיסקן אַ דריי — און עס קומט פּלוצעם אַרויס אַ פֿונק דרײַ-פֿיר אינטשעס די לענג.
הגם דער עלעקטרישער שטראָם אין אַזאַ מאַשין איז נישט סכּנותדיק, מוז מען אָבער אַכטונג געבן פֿאָרזיכטיק צו אַנטלאָדן זי נאָך יעדן באַנוץ און נישט אָנרירן די קאָנטאַקטן, צווישן וועלכע עס לויפֿן די פֿונקען. דער אויסלאָד פֿון די „לײַדען-סלויען‟ קאָן פֿאַרשאַפֿן אַן אומאָנגענעם שטויס אָדער שטאָך. מע מוז אויך האַלטן די מאַשין אַ פּאָר פֿוס ווײַט פֿון די עלעקטראָנישע מכשירים, כּדי זיי זאָלן נישט קאַליע ווערן פֿונעם סטאַטישן אָנלאָד.
מיט אַזאַ מאַשין, קאָן מען אויך גרינג דעמאָנסטרירן, ווי דער עלעקטרישער כּוח קאָן אָנצינדן אַ ראַקעט. בינדט צו אַ וואַטע-שטעקעלע (Q-tip) צו אַ פּלאַסטיק-מעסער, טינקט די וואַטע אַרײַן אין ספּירט אָדער אַצעטאָן, און לאָזט די קליינע בליצן צו לויפֿן איבער דער ברענעוודיקער פֿליסיקייט. פֿאַרגעסט נישט צו פֿאַרלעשן דעם אימפּראָוויזירטן שטורקאַץ גלײַך נאָכן עקספּערימענט. ווען מע דערציילט די קינדער וועגן די פּלאַנירטע מאַרס-עקספּעדיציעס און אַנדערע פֿאַרכאַפּנדיקע טעמעס, זעען אַזעלכע עקספּערימענטן אויס באַזונדערס באַלערנדיק און חידושדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.