ריקי דזשיי איז הײַנט, בלי־ספֿק, דער באַקאַנטסטער קונצן־מאַכער אין אַמעריקע. אַזוי באַרימט, אַז מע ווײַזט אַ פֿילם וועגן זײַן לעבן און אַרבעט וואָס הייסט — Deceptive Practice: The Mysteries and Mentors of Ricky Jay („אַן אָפּנאַרערישע אַרבעט: די מיסטעריעס און מענטאָרן פֿון ריקי דזשיי‟). דער דאָקומענטאַר־פֿילם איז אַ געראָטענער, ווײַל ער באַהאַנדלט נישט בלויז דזשייס ביאָגראַפֿיע, נאָר אויך די געשיכטע פֿון קונצן־מאַכערײַ במשך פֿונעם לעצטן יאָרהונדערט. ייִדן האָבן אויך געשפּילט אַ ראָלע אין דער געשיכטע, בפֿרט אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
אין דער אַלטער היים האָבן געציילטע ייִדן זיך פֿאַרנומען מיט קונצן־מאַכערײַ, ווי מע לייענט בײַ באַשעוויסן אין זײַן ראָמאַן „דער קונצן־מאַכער פֿון לובלין‟. דער קונצן־מאַכער אין זײַן ווערק, אָבער, פֿאַרנעמט אַ זײַטיקע פּאָזיציע, מע קען אַפֿילו זאָגן אַ האַלב־גוייִשע, אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. אָבער, לסוף, ווערט ער אַ בעל־תּשובֿה.
די קונצן פֿון ריקי דזשיי זענען אַנדערש פֿונעם אַנדערן באַקאַנטן ייִדישן קונצן־מאַכער, דער אונגערישער ייִד און זון פֿון אַ רבֿ, „הודיני‟, וועלכער האָט געקענט זיך אַרויסדרייען פֿון כּלערליי מינים געפֿענקעניש. דשייס קונצן האָט צו טאָן, דער עיקר, מיט שפּילקאַרטלעך. איינע פֿון זײַנע בינע־פֿאָרשטעלונג הייסט טאַקע — „ריקי דזשיי און זײַנע 52 אַסיסטענטן‟. אויף אַנדערע שפּראַכן זענען פֿאַראַן פּאַסיקע טערמינען פֿאַר דער קונסט. אויף ענגליש זאָגט מען „פּרעסטידידזשיטיישאָן („גיכע פֿינגער‟), אויף פֿראַנצייזיש „לעזשע דע מען‟ („לײַכטע האַנט‟), אויף דײַטש „טאַשן־שפּילערײַ‟ און אויף רוסיש „לאָווקאָסט רוק‟ („בייגעוודיקייט פֿון די הענט‟). ס‘רובֿ פֿון די טערמינען שטאַמען פֿון הונדערטער יאָרן צוריק און שפּיגלען אָפּ ווי אַלט עס זענען די קונצן.
ריקי דזשיי איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען ריטשי דזשיי פּאָטאַש אין ברוקלין אין 1948. זײַן זיידע, מאַקס קאַץ איז געווען אַ חשבון־פֿירער בײַ טאָג, אָבער נאָך דער אַרבעט, האָט ער זיך פֿאַרטיפֿט אין די האַנט־קונצן, און איז געוואָרן אַ גאַנץ גוטער אַמאַטאָרישער קונצן־מאַכער. ער האָט אינספּירירט זײַן אייניקל, צו גיין אין זײַנע טריט, אָבער געוואָרנט, אַז קיין פּרנסה קען מען נישט האָבן פֿון דעם. דער זיידע האָט געפֿירט די פֿינאַנץ־ביכער פֿון זײַנע פֿרײַנד, די קונצן־מאַכער, און האָט געזען ווי ווייניק זיי פֿאַרדינען, אַפֿילו די פֿרײַנד מיט אַ גרויסן שם.
דזשיי האָט אָבער נישט געפֿאָלגט זײַן זיידנס עצות, און זיכער נישט די עצות פֿון זײַנע טאַטע־מאַמע. נאָך דעם ווי דער זיידע איז געשטאָרבן, ווען דזשיי איז געווען 16 יאָר אַלט, איז ער אַנטלאָפֿן פֿון דער היים. אינעם פֿילם, דערציילט ער וועגן דעם עפּיזאָד בלויז, אַז זײַנע עלטערן האָבן אים גאָרנישט געהאַט צו זאָגן.
במשך פֿון עטלעכע יאָר האָט ער געפֿונען אַ וועג ווי צו פֿאַרדינען פֿון זײַנע קונצן. ער איז געווען אַ גאַסט אויף פֿאַרשיידענע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען און געשפּילט ראָלעס אין האָליוווּדער פֿילמען — געוויינטלעך, ווי אַ קונצן־מאַכער. ער האָט פֿאָרגעשטעלט גאַנצע אָוונטן פֿון זײַנע קונצן אין טעאַטערס איבערן לאַנד. צוביסלעך איז ער געוואָרן אַ גרויסער מבֿין פֿון דער געשיכטע פֿון קונצן־מאַכערײַ און האָט מחבר געווען ביכער אויף דער טעמע. מוזייען האָבן אים געבעטן צו זײַן דער קוראַטאָר פֿון אויסשטעלונגען און מע האָט אים פֿאַרבעטן אויף אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, ער זאָל האַלטן לעקציעס וועגן דעם.
מיט גרויס אָפּשײַ דערציילט דזשיי וועגן די פֿריִערדיקע דורות פֿון קונצן־מאַכער — ייִדן, איטאַליענער, ענגלענדער. ווען ער איז געווען נישט קיין 20 יאָר אַלט, איז ער געפֿאָרן קיין קאַליפֿאָרניע בכּיוון זיך צו באַקענען מיט די קונצן־מאַכער פֿונעם עלטערן דור. זיי זענען געווען לעגענדעס אויף זײַן פֿעלד, וועלכע האָבן ערשט אַנטפּלעקט זייערע קונצן־סודות נאָך יאָרן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט. ביז שפּעט אין דער נאַכט איז מען געזעסן בײַם ייִדישן דעליקאַטעסען „קאַנטאָרס‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס און געטאָן אַ פּרוּוו אַ רושם מאַכן איינער אויפֿן אַנדערן.
די גרעסטע מענטאָרן פֿאַר דזשיי זענען געווען דיי ווערנאָן און טשאַרלי מילער, און זיי האָבן מיט אים געלערנט, אַז צו זײַן אַ מײַסטער פֿון קונצן־מאַכערײַ, דאַרף מען נישט נאָר זײַן פֿלינק מיט די פֿינגער, נאָר אויך גוט קענען די פּסיכאָלאָגיע פֿון מענטשן. מע דאַרף אויך באַמערקן ווי דער מענטש רירט זיך, באַוועגט זיך; וווּ ער קוקט, אַפֿילו ווי ער טוט זיך אָן אַ רעקל.
ווײַל קונצן־מאַכערײַ פֿאַרנעמט זיך מיט סודות, גיט מען איבער די תּורה נאָר בעל־פּה. איינע פֿון די טעמעס אינעם פֿילם, איז דער באַדויער וואָס עס דריקט אויס דזשיי, הײַנט שוין אַ קונצן־מאַכער פֿונעם עלטערן דור, וואָס אַזוי פֿיל קונצן זענען פֿאַרלוירן געגאַנגען. ער איז נישט קיין באַרימער, נאָר פֿאַרקערט, חזרט איבער, ווי די פֿריִערדיקע דורות האָבן דערגרייכט אַ מדרגה פֿון דער „קונצן־קונסט‟, וואָס די ייִנגערע דורות וועלן קיין מאָל נישט דערלאַנגען.
צום סוף פֿונעם פֿילם, וואָס ווערט רעזשיסירט פֿונעם דראַמאַטורג דוד מאַמעט, ווערט מען סײַ באַגײַסטערט פֿאַר די קונצן פֿון ריקי דזשיי, סײַ אַוועקגעריסן מיט זײַן ליבשאַפֿט צו דער אַלטער קונסט, צו וועלכער ער איז אַזוי איבערגעגעבן געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.