ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 24

News Highlights: April 24

שומרונים מיט די שאָף אױפֿן גריזים־באַרג לעבן שכם
Getty Images
שומרונים מיט די שאָף אױפֿן גריזים־באַרג לעבן שכם

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 24, 2013, issue of May 10, 2013.

ירושלים. ישׂראלדיקער בעדויִנער, אודאַ טאַראַבין (32), אַ פֿאַראורטײלטער אין עגיפּטן צו 15 יאָר תּפֿיסה פֿאַרן שפּיאָנאַזש לטובֿת ישׂראל, האָט דערקלערט אַ הונגערשטרײַק. טאַראַבין איז שױן אָפּגעזעסן 12 יאָר אין דער עגיפּטישער תּפֿיסה, און הערט ניט אױף צו טענהן, אַז ער איז אומשולדיק. אַלע באַמיִונגען פֿון די ישׂראלדיקע באַאַמטע צו באַפֿרײַען טאַראַבינען פֿון דער תּפֿיסה האָבן ניט געהאָלפֿן .


קאַטאַר. אין קאַטאַר האָט אָנגעהויבן איר אַרבעט אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ לטובֿת דעם צװישנקאָנפֿעסיאָנעלן געשפּרעך. אין דער קאָנפֿערענץ באַטײליקן זיך 500 פֿאָרשטײער פֿון 75 לענדער. דער גרעסטער סוניטישער רעליגיעזער אױטאָריטעטן, שײך יוסוף אַל־קאַרדאַװי האָט בױקאָטירט די קאָנפֿערענץ מיט אַ תּירוץ: „איך האָב באַשלאָסן ניט צו זיצן לעבן ייִדן, װעלכע האָבן באַלעסטיקט פּאַלעסטינע און רויִנירט מעטשעטן‟.


באַנק־ישׂראל. פּרעזידענט סטענלי פֿישער: „דער װירטשאַפֿטלעכער מצבֿ פֿון ישׂראל איז זײער אַ גוטער, אָבער ניט קײן אױסגעצײכנטער‟.


כּנסת. אַ מיאוסע קריגערײַ צװישן די װעלטלעכע און חרידישע כּנסת־דעפּוטאַטן פֿירט צו אַן אמתער צעשפּאַלטונג פֿונעם פֿאָלק.


יוסטיץ־מיניסטעריום. מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני: „מיר נײטיקן זיך אין אמתע אונטערהאַנדלונגען (מיט די פּאַלעסטינער) און דאַרפֿן ניט זוכן קײן שולדיקע אינעם דורכפֿאַל. אַז מיר װעלן קומען צו אַ הסכּם, װעלן מיר באַקומען זיכערע אָנערקענטע גרענעצן, און נאָר דאַן װעלן מיר קענען אָפּהיטן מדינת־ישׂראל װי אַ ייִדיש און אַ דעמאָקראַטיש לאַנד‟.


װאַשינגטאָן: „מיר האָבן ניט קײן באַװײַזן, אַז דער סירישער רעזשים האָט גענוצט כעמיש געװער קעגן דער ציװילער באַפֿעלקערונג‟.


טעהעראַן: „איראַן קען זײַן דער געטרײַסטער פּאַרטנער פֿון דער מערבֿ־װעלט‟.


תּל־אַבֿיבֿ: עס זײַנען אַרעסטירט געװאָרן 12 מענער, פֿאַרדעכטיקט אין דער אינטערנעץ־פּעדאָפֿיליע.


קק”ל. „קרן־קיימת לישׂראל‟ װעט איבערפֿירן 159 מיליאָן שקלים פֿאַר די משפּחות, װעלכע האָבן פֿאַרלױרן זײערע קרובֿים אין דער צײַט פֿונעם חורבן.


הר גריזים. ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער שומרונים זײַנען אַרױף אױפֿן גריזים־באַרג לעבן שכם, כּדי צו פֿײַערן „פּסח‟ לױטן אַלטן שומרונישן נוסח.


ירושלים. יוסטיץ־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני צו דעם מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס: „איך קען ניט רעקאָמענדירן צו פֿאַרקירצן דעם שטראָף־טערמין פֿאַרן געװעזענעם פּרעזידענט משה קצבֿ. ער האָט זיך אַפֿילו ניט מודה געװען אין זײַנע טאַטן‟.


קאַטמאַנדו. די נעפּאַלער פּאָליציי האָט געמאָלדן, אַז זי האָט קלאָרע באַװײַזן, אַז דער אַרעסטירטער איראַנישער בירגער האָט געגרײט אַ טעראָריסטישן אַקט קעגן דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע.


שי פּיראָן, בילדונגס־מיניסטער: „די ישׂראלדיקע בילדונגס־סיסטעם איז ניט פּאַסיק פֿאַרן 21סטן יאָרהונדערט‟.


טעהעראַן. איראַן לײקנט אָפּ איר שײַכות צום פּלאַנירן אַ טעראָריסטישן אַקט אינעם צוג טאָראָנטאָ — ניו־יאָרק.


נצרת: אין נצרת איז פֿאַרלײגט געװאָרן דער פֿונדאַמענט פֿון אַ ריזיקער אינדוסטריעלער זאָנע מיט אַרום 1000 אַרבעטס־ערטער. אינעם פּראָיעקט באַטײליקן זיך 30 ייִדישע, אַראַבישע, דרוזישע און טשערקעסישע פֿירמעס. מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס צו דעם איניציאַטאָר פֿונעם פּראָיעקט, סטעף װערטהײַמער: „דער דאָזיקער פּראָיעקט איז דער ערשטער און אַ זיכערער טריט צום שלום און צוזאַמענלעבן פֿון אַלע ישׂראלדיקע עדות‟.


רבת־עמון. יאָרדאַנישער באַאַמטער האָט געמאָלדן, אַז זינט 2004 איז ישׂראל מסכּים געװען צו דערלױבן דער אָפֿיציעלער „יו־ען‟־מיסיע אָפּצושאַצן דעם מצבֿ פֿון די אָביעקטן פֿון דער קולטור־ירושה אין מיזרח־ירושלים.