קייפּטאַון, דרום־אַפֿריקע. — דער מצבֿ אין דער דרום-אַפֿריקאַנער שטאָט קייפּטאַון האָט זיך ווייניק געביטן זינט דעם יאָר 1580, ווען דער בריטישער קאַפּיטאַן פֿרענסיס דרייק האָט באַשריבן דאָס דאָזיקע אָרט ווי „דער שענסטער קאַפּ אַרום דעם גאַנצן ערד-קײַלעך‟. די הײַנטיקע ים-רײַזנדער זענען מסכּים. אינעם יאָר 2012, האָט דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער טוריסטישער זשורנאַל „Condé Nast Traveler‟ דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג צווישן די לייענער און אויסגעפֿונען, אַז זיי האַלטן קייפּטאַון פֿאַר דער צווייט-בעסטער שטאָט אין דער וועלט. לויט די טוריסטישע באַלוינונגען פֿונעם „לאָנדאָן-טעלעגראַף‟ איז עס די סאַמע בעסטע שטאָט, און לויט די „World Travel Awards‟, אַ פּרעסטיזשפֿולע פּריז-פּראָגראַם פֿאַר דער טוריזם-אינדוסטריע — דער בעסטער פּלאַזשע-ראַיאָן.
די שטאָט האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַן אייראָפּעיִשער ייִשובֿ אינעם יאָר 1652, געגרינדער דורך דער האָלענדישער „מיזרח-אינדישער קאָמפּאַניע‟ ווי אַ פֿאַרווײַלונג-סטאַנציע פֿאַר די שיפֿן אויפֿן וועגן צום ווײַטן מיזרח. דער „טיש-באַרג‟, וועלכער האָט באַקומען זײַן נאָמען צוליב דעם פֿלאַכן שפּיץ, באַצירט דעם שטאָטישן לאַנדשאַפֿט, און ווערט באַטראַכט ווי איינער פֿון די גרעסטע נאַטור-וווּנדער אין דער וועלט. מע קאָן זיך אַהין דערקלײַבן מיט אַ קאַבל-וואַגאָן פֿון דער שטאָט ביזן באַרג־שפּיץ אין פֿינף מינוט. דער וואַגאָן דרייט זיך אַרום בעת דער קורצער נסיעה און דערמעגלעכט צו דערזען פֿון אויבן אַ פּאַנאָראַמע פֿון דער גאַנצע שטאָט מיט דער אַרומיקער געגנט.
בעת דער אַפּאַרטהייד-תּקופֿה איז קייפּטאַון געווען אויך טרויעריק באַוווּסט ווי אַ תּפֿיסה-צענטער פֿאַר פּאָליטישע אַסירים, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן פּאָליטיקער נעלסאָן מאַנדעלאַ. הײַנט איז די תּפֿיסה פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אינטערנאַציאָנאַל-אָנערקענטן היסטאָרישן דענקמאָל. די טוריסטן קאָנען באַזוכן די קליינע קאַמער, וווּ מאַנדעלאַ איז אָפּגעזעסן 18 יאָר.
אין קייפּטאַון זענען אויך פֿאַראַן גענוג ערטער, וועלכער קאָנען אַרויסרופֿן אַ באַזונדערן אינטערעס בײַ ייִדן. בײַם „העטפֿילד-קאַמפּוס‟ געפֿינט זיך דער אָרטיקער חורבן-צענטער, דער דרום-אַפֿריקאַנער ייִדישער מוזיי און די היסטאָרישע „גרויסע שיל‟, די עלטסטע אינעם לאַנד. זי איז אויך באַקאַנט ווי די „גערטנער-שיל‟, ווײַל זי שטייט נישט ווײַט פֿון די גערטנער, וועלכע די האָלענדישע קאָלאָניסטן האָבן פֿאַרפֿלאַנצט, כּדי צו באַזאָרגן די שיף פֿון דער „מיזרח-אינדישער קאָמפּאַניע‟ מיט פֿרישע גרינסן און פֿרוכטן.
די ייִדישע קהילה אין קייפּטאַון האָט זיך צום ערשטן מאָל פֿאַרזאַמלט צו דאַוונען יום-כּיפּור אין 1841. די שיל האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 1863. דער הײַנטיקער בנין איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין 1905, כּדי צו באַדינען די כוואַליע פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע אימיגראַנטן. זײַענדיק אַ מײַסטערווערק פֿון דער „עדוואַרדישער‟ אַרכיטעקטור — אַ ספּעציפֿישער סטיל, וועלכער האָט זיך אַנטוויקלט במשך פֿון דער צײַט, ווען אין ענגלאַנד האָט רעגירט קיניג עדוואַרד דער דריטער — איז עס איינע פֿון די שענסטע שילן אין דער וועלט.
נאָך אַ 45־מינוטיקער נסיעה פֿון דער שטאָט קאָן מען באַזוכן זאַנדוויקס 300־יאָריקע ווײַן-פֿירמע — די איינציקע אין דרום-אַפֿריקע, וואָס פּראָדוצירט בלויז כּשרן ווײַן. די באַזוכער קאָנען זיך באַטייליקן אין אַ כּשרן פּיקניק. אין דער שטאָט גופֿא געפֿינען זיך אויך אַ גאַנצע ריי פֿאַרשיידענע כּשרע רעסטאָראַנען, פֿליישיקע און מילכיקע, ווי אויך אַ פּאָר צענדליק שילן — סתּם אָרטאָדאָקסישע, ליובאַוויטשער און רעפֿאָרמער, אַשכּנזישע און ספֿרדישע. די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון קייפּטאַון באַטרעפֿט בערך 16 טויזנט נפֿשות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.