בעת אַ זיצונג מיטן „פֿאָרווערטס‟, דינסטיק, האָט דער ניו־יאָרקער שטאָט־קאָנטראָליאָר און קאַנדידאַט פֿאַר בירגערמײַסטער, דזשאָן ליו, דערקלערט, אַז די שטאָט האָט זיך נישט געדאַרפֿט אַרײַנמישן אין דער מחלוקת וועגן מציצה־בפּה.
מציצה־בפּה איז אַ מיטל ווי אַזוי דער מוהל, בעת אַ ברית־מילה, זויגט אָפּ דאָס בלוט פֿונעם וווּנד אויפֿן פּעניס פֿונעם עופֿעלע.
די קעגנער פֿון דעם מינהג זאָגן, אַז די פּראָצעדור שטעלט דאָס קינד אין אַ סכּנה פֿון אָנשטעקן זיך מיטן ווירוס הערפּעס. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט דער ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער מײַקל בלומבערג געהאָלפֿן צונויפֿצושטעלן אַ תּקנה אין יאַנואַר, אַז די עלטערן פֿון אַ קינד, וואָס מע מאַכט בײַ אים אַ ברית, מוזן אונטערשרײַבן אַ פֿאָרמולאַר, וואָס דערלויבט מציצה־בפּה, איידער דער מוהל פֿירט עס דורך.
אָבער נישט אַלע האַלטן, אַז די שטאָט־תּקנות זענען באַרעכטיקט. די שטיצער פֿון מציצה־בפּה טענהן, אַז עס זענען נאָך אַלץ נישטאָ קיין בפֿירושע באַווײַזן, אַז מציצה־בפּה קאָן גורם זײַן הערפּעס, און ווי עס איז, זענען די שטאָט־תּקנות עובֿר אויף דער רעליגיעזער פֿרײַהייט פֿון די ייִדן, וועלכע האַלטן יאָ דערפֿון.
„שוין טויזנטער יאָר איז דאָס געווען אַ מינהג בײַ מענטשן,‟ האָט ליו געזאָגט. „אַזוי ווי בײַ אַ סך פּראָצעדורן, איז אפֿשר דאָ אַ געוויסע ריזיקע. אָבער איך וואָלט זיכער זיך פֿאַרלאָזט אויף די רבנים צו מאַכן אַ באַשלוס אין שײַכות מיט דעם ענין.‟
דזשאָן ליו, איינער פֿון אַכט דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן, וועלכער האָפֿן צו פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿונעם ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער, מײַקל בלומבערג, אין די נאָוועמבער־וואַלן, איז דער ערשטער אַמעריקאַנער פֿון כינעזישן אָפּשטאַם צו קאַנדידירן אויף דעם פּאָסטן.
ליו איז געבוירן געוואָרן אין טײַוואַן אין 1967, און זײַן משפּחה האָט זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן מיט פֿינף יאָר שפּעטער. ער איז געווען אַ תּלמיד אינעם אָנגעזעענעם „בראָנקסער מיטלשול פֿון וויסנשאַפֿט‟ און האָט שטודירט מאַטעמאַטיק און פֿיזיק אין בינגהאַמטאָן־אוניווערסיטעט.
בעת דער זיצונג דינסטיק, האָט ליו אויך אויסגעדריקט זײַן מיינונג אין שײַכות מיט אַנדערע טעמעס, פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קהילה. אויף דער פֿראַגע, צי די שטאָט וואָלט געקאָנט העלפֿן די ייִדישע משפּחות, וואָס מאַטערן זיך פֿינאַנציעל מיטן אַלץ־שטײַגנדיקן שׂכר־לימוד פֿון די ייִדישע טאָגשולן, האָט ליו אויסגעדריקט מיטגעפֿיל, אָבער זיך אַנטקעגנגעשטעלט די מעגלעכקייט פֿון שאַפֿן אַ סיסטעם פֿון שול־קופּאָנען.
„אַלע שטאָטישע פֿאָנדן דאַרפֿן גיין פֿאַר די עפֿנטלעכע שולן,‟ האָט ליו באַטאָנט. „די שטאָט וואָלט אָבער יאָ געדאַרפֿט צושטעלן פֿאָנדן פֿאַר טראַנספּאָרטאַציע און קראַנקן־שוועסטער אין די שולן.‟ יעדע פּריוואַטע שול אין ניו־יאָרק האָט דאָס רעכט צו באַקומען שטאָטישע פֿאָנדן דערפֿאַר, האָט ער דערקלערט.
ליו האָט אַליין באַזוכט אַ צאָל חסידישע חדרים, ישיבֿות און מיידל־שולן אין וויליאַמסבורג, און איז געווען פֿאַרחידושט זיך צו דערוויסן, אַז די שטאָט גיט נישט די פֿאָנדן פֿאַר טראַנספּאָרטאַציע און קראַנקן־שוועסטער. „די שול־דירעקטאָרן האָבן מיר דערציילט, אַז זיי האָבן שוין אַ סך מאָל געבעטן בײַ דער שטאָט צו פֿינאַנצירן אויטאָבוס־טראַנספּאָרטאַציע פֿאַר זייערע תּלמידים, אָבער זיי האָבן עס ביז איצט נישט באַקומען. „איך בין נישט זיכער פֿאַר וואָס,‟ האָט ליו באַמערקט.
איינע פֿון די הויפּטטעמעס, וואָס ליו האָט באַטאָנט אין דער דיסקוסיע, איז געווען זײַן פּלאַן אין גאַנצן איבערצומאַכן דעם שטאָטישן בודזשעט־פּראָצעס, וואָס איז, זאָגט ער, „אין גאַנצן צעבראָכן‟. זײַן פּלאַן רופֿט ער „דער פֿאָלקס־בודזשעט‟.
„יעדעס יאָר דראָט די שטאָט אירע אײַנוווינער, אַז מע וועט מוזן שנײַדן די פֿאָנדן פֿאַר די ביבליאָטעקן, פֿײַער־קאָמאַנדעס אָדער טאָגהיימען פֿאַר קינדער,‟ האָט ליו דערקלערט. „אַ גאַנץ יאָר זעט מען ווי דער בירגער־מײַסטער קעמפֿט עפֿנטלעך מיטן שטאָטראַט איבער דעם דוחק פֿון פֿאָנדן, און דערנאָך בײַם סוף פֿונעם יאָר, באַקומט זיך אַ נס — מיט אַ מאָל איז דאָס געלט יאָ דאָ, און אַלע באַדינונגען, וואָס דער בירגער־מײַסטער האָט געסטראַשעט צו שנײַדן — בלײַבן ווי פֿריִער.‟
די פּראָבלעם מיט דעם, טענהט ליו, איז, אַז אין דער צײַט, וואָס דער בירגערמײַסטער און שטאָטראַט האָבן זיך געאַמפּערט וועגן דעם, האָט מען פֿאַרלוירן אַ סך צײַט, וואָס מע וואָלט טאַקע געקענט ענדערן די בודזשעט־סיסטעם אויף אַ מער שפּאָרעוודיקן אופֿן.
צווישן די זאַכן, וואָס ליו האָט פֿאָרגעלייגט אין זײַן „פֿאָלקס־בודזשעט‟: 1) רעפֿאָרמירן די שטײַער־סיסטעם, אַז די רײַכסטע 1% אין דער שטאָט זאָלן באַצאָלן פּראָפּאָרציאָנעל העכערע שטײַערן — וואָס וואָלט אַרײַנגעבראַכט מער ווי 1.2 ביליאָן דאָלאַר פֿאַר דער שטאָט; 2) העכערן דאָס בריקגעלט, וואָס וואָלט אַרײַנגעבראַכט 410 מיליאָן דאָלאַר, 3) זאַמלען 150 מיליאָן דאָלאַר וואָס „מעדיקייד‟ איז שולדיק דער שטאָט, און 4) רעכענען אַ קאָרפּאָראַציע־שטײַער בײַ דער פֿאַרזיכערונג־אינדוסטריע, וואָס וואָלט אַרײַנגעבראַכט 310 מיליאָן דאָלאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.