ישׂראלס נײַער פֿינאַנץ־מיניסטער יאיר לפּיד האָט מאָנטיק אין זײַן ערשטער רעדע פֿאַר דער כּנסת זיך צעקריגט מיטן חרדישן פֿליגל אין דער רעגירונג אויף אַ שאַרפֿן אופֿן. לפּיד האָט געזאָגט, אַז די חרדים פֿאַרמאָגן נישט דאָס עקסקלוזיווע רעכט איבער ישׂראל, און נישט איבער דער ישׂראל־רעגירונג.
דאָס איז אַ נײַער קאַפּיטל אין אַן אָנגייענדיקן סיכסוך צווישן לפּיד אין די חרדישע כּנסת־פֿאָרשטייער. ווען איינער האָט אַרויסגערופֿן צו אים „איר זענט מחלל שבת, ווײַל שבת שטעלט איר אַרויף בריוו אויף אײַער ׳פֿייסבוק׳־זײַט‟, האָט לפּיד געענטפֿערט, „יאָ איך בין אַ וועלטלעכער ייִד און שבת טו איך וואָס איך וויל. איר קענט מיר נישט הייסן, וואָס צו טאָן שבת, פּונקט ווי איך קען אײַך נישט הייסן, וואָס צו טאָן‟.
די מחלוקה איז פֿאַרבונדן מיט לפּידס פּלאַן צו שנײַדן שטײַערן־בענעפֿיטן פֿאַר קינדער; אַ פּלאַן וואָס וואָלט געווירקט, דער עיקר, אויף די פֿרומע אין לאַנד. ער האָט מאָנטיק ווײַטער געזאָגט דער כּנסת, אַז די עלטערן דאַרפֿן טראָגן דאָס פֿינאַנציעלע אַחריות פֿאַר זייערע קינדער, און נישט זײַן אָפּהענגיק פֿון דער מלוכה־שטיצע פֿון דער מלוכה. „קיין איין קינד אין ישׂראל דאַרף נישט זײַן הונגעריק. די עלטערן מוזן שטיצן דאָס קינד. צו ברענגען אַ קינד אויף דער וועלט איז אַ גרויס אַחריות‟, האָט ער געזאָגט, און, אַז די עלטערן דאַרפֿן זיך נישט פֿאַרלאָזן פֿינאַנציעל אויף קיינעם אַנדערש נישט.
אין דער פּרעסע שרײַבט מען, אַז אַזאַ אָפֿענער אַנטאַגאָניזם אין כּנסת צווישן די פֿרײַע און פֿרומע איז אַ חידוש. ביז אַהער האָבן די וועלטלעכע פּאָליטיקער זיך צוריקגעהאַלטן פֿון אַזאַ קריטיק בפֿרהסיא. עס שפּיגלט אָפּ, אפֿשר, אַ נײַע קעמפֿערישע סטאַדיע אין די באַציִונגען צווישן די צוויי צדדים. איין חרדישער פֿאָרשטייער האָט אים געענטפֿערט מיט אַ רעטאָרישער פֿראַגע — „די מענטשן וואָס האָבן נישט קיין געלט, זאָלן נישט האָבן קיין קינדער?‟
יאיר לפּיד פֿירט אָן מיט דער „יש עתיד‟־פּאַרטיי, און ווײַל ער איז צוגעשטאַנען צום נישט־חרדישן בלאָק, זענען די חרדישע פּאַרטייען אין דער מינאָריטעט אין דער רעגירונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.