ווי עס גייט די טראַדיציע אין ישׂראל שוין יאָרן לאַנג, פּראַוועט מען דעם אומאָפּהענגיקייט-טאָג מיט ריזיקע ראָק-קאָנצערטן, וווּ עס טרעטן אויף די פּאָפּולערסטע ישׂראלדיקע מוזיקאַנטן. אויף עבֿרית רופֿט מען אַזאַ מין אונטערנעמונג „רוק-עצמאות‟ (אומאָפּהענגיקייט-ראָק). דער דאָזיקער מינהג איז איצטער אַריבער אויך אין די גרעסטע ישׂראלדיקע קהילות מחוץ מדינת-ישׂראל. דעם 18טן אַפּריל האָבן אַן ערך צוויי טויזנט מענטשן, דער רובֿ-מנין פֿון זיי געוועזענע ישׂראלים, זיך צונויפֿגעזאַמלט אין דעם קלוב „טערמינאַל 5‟ אין מאַנהעטן, צו געניסן פֿון דער ישׂראלדיקער מוזיק. אַ טייל פֿונעם עולם האָבן אויך געפֿאָכעט מיט בלוי-ווײַסע פֿענער לכּבֿוד דעם פֿינף און זעכציקסטן געבוירן-טאָג פֿון ישׂראל. דער קאָנצערט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך „ישׂראַמעריקע‟-פּראָדוקציעס (ISRAMERICA), בשותּפֿות מיט נאָך אַנדערע געזעלשאַפֿטן און אָרגאַניזאַציעס.
די ערשטע ראָק-גרופּע וואָס איז אויפֿגעטראָטן הייסט „מאַשינאַ‟, איינע פֿון די סאַמע פּאָפּולערסטע ישׂראלדיקע ראָק-גרופּעס, וואָס עקזיסטירט שוין אַ דרײַסיק יאָר. איר נאָמען אַגבֿ, האָט זי באַקומען על-פּי-טעות. ער שטאַמט פֿון „מאַשינאַ וורעמעני‟ (אַ „צײַט-מאַשין‟ אויף רוסיש), וואָס אַן עולה פֿון רוסלאַנד האָט איבערגעזעצט פֿאַר די צוויי גרינדער פֿון דער גרופּע, יובֿל בנאַי און שׁלומי ברכה, בעת זייער אַרמיי-דינסט.
דער קאָנצערט פֿון „מאַשינאַ‟, ווי מע וואָלט געקענט דערוואַרטן, איז באַשטאַנען כּמעט אויסשליסלעך פֿון זייער אַלטן באַקאַנטן רעפּערטואַר, וואָס איז כּולל שלאַגערס בשפֿע. זיי האָבן אָנגעהויבן מיטן ליד „אם-כּן למאַי זאָל איך איצט וועלן פּאָליטיק?‟ (אַז למה לי פּוליטיקה עכשיו?), וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן אין די יאָרן פֿון דער ערשטער אינטיפֿאַדע. עס נעמט, למשל, אַרײַן אינעם רעפֿריין די פֿאַרנעפּלטע שורה „פֿאַר וואָס אַ שטיין אין ראַמאַלאַ גייט זיך פֿונאַנדער פֿון זײַן וועג?‟ (אפֿשר ווײַל די פּאַלעסטינער ווערט שוין נימאס צו לעבן אונטער אַ מיליטערישער שׁליטה? מילא, גיי פֿאַרשטיי דעם משוררס כּוונה). אין אַלגעמיין זינגט זיך אין דעם ליד, אַז אַלצדינג איז אַזוי שלעכט (עס האָט אַ שורה ווי: „און אין ניו-יאָרק האָט מען אויסגעטראַכט אַ נײַע מחלה‟), איז לאָמיר פֿון אַלצדינג איגנאָרירן. דאָס ליד ענדיקט זיך מיט די ווערטער: „כ’פֿיל זיך אַזוי וווּנדערלעך מיר זענען אַן עם-סגולה‟ — וואָס דער הויפּט-זינגער יובֿל בנאַי זינגט אין אַ צינישן טאָן.
עס איז אַן אינטערעסאַנטער אויסקלײַב, צוזאַמען מיטן ליד „ראַני אין פּאַריז‟ (רני בפּריז), וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט דער טעמע פֿון „יורדים‟. עס דערמאָנט אַ חבֿר דאָרי אין ניו-יאָרק, וואָס איז „שוין אַ בירגער, אָבער נאָך אַ פֿרעמדער‟; און אַ ראַני אין פּאַריז וואָס „האָט שוין פֿאַרגעסן אַלץ וואָס ער האָט צוגעזאָגט‟. עס האָט אָבער אויסגעזען, אַז אָט די שורות גייען דעם עולם אין לעבן נישט.
אַחוץ די באַקאַנטע לידער, האָט „מאַשינאַ‟ אויך אַ ביסל עקספּערעמענטירט מיטן „בלוז‟-סטיל. דאָס איז געשען, ווען אַ ייִנגערע ישׂראלדיקע זינגערין, יעל דעקעלבאַום, איז אַרויף אויף דער בינע. אינמיטן אַ „בלוזישער‟ ווערסיע פֿון אַן אַלט „מאַשינאַ‟ ליד, האָט דעקעלבאַום גענומען זינגען אויף ענגליש דזשעניס דזשאָפּלינס „באַל און קייט‟ (Ball and Chain) און מחיה זײַן דעם ענטוזיאַסטישן עולם.
נאָך עלף אַ זייגער האָט די פּאַנקהיפּ-האָפּ גרופּע „הדג-נחש‟ („דער שלאַנג-פֿיש‟) איבערגענומען די בינע. געבויט אַנדערש ווי „מאַשינאַ‟, באַשטייט „הדג-נחש‟ אין איינעם מיט גיטאַרע-באַס-פּויקן-קלאַוויאַטור אויך מיט טרומייטן, אַ די-דזשיי, און דרײַ „ראַפּערס‟. זייערע לידער פּראָטעסטירן בדרך-כּלל קעגן סאָציאַלע עוולות אין ישׂראל (למשל אין זייער ליד „חליפֿות‟, „גאַרניטערס‟), און דריקן אויס אַן אונטערשטיצונג פֿאַר אַ פֿרידלעכער לייזונג אין מיטל-מיזרח. איז געווען אינטערעסאַנט צוקוקן זיך ווי מע נעמט זיי אויף דאָ אין ניו-יאָרק. צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן האָט „הדג-נחש‟ שוין אַ שם, דער עיקר, מסתּמא צוליב די אַמעריקאַנער מוזיק-סטילן וואָס זיי פֿלעכטן אַרײַן אין זייער מוזיק, און ס’שאַדט נישט, אַז זיי ווערן גערעכנט ווי רודף-שלומניקעס.
זיי הייבן אָן מיט דערקלערן, אַז „הדג-נחש‟ מאַכט אַ ציוניסטישן „היפּ-האָפּ‟ (אין זייער ליד „געבי און דעבי‟), וווּ הערצל גיט זיי האַלוצינאַציע-דראָגס און טרומפּעלדאָרס פֿײַפֿט „אויף אונדזער לאַנד‟, איז בעסער ווי „צו שטאַרבן פֿאַר אונדזער לאַנד‟. אָדער אין זייער ליד „נישט קיין פֿרײַערס‟ (לא פֿראיירים; „פֿרײַערס‟ — אינעם זינען פֿון אַזעלכע וואָס לאָזן זיך פֿאַרפֿירן), מיט אַזעלכע שורות ווי „איך וויין וועגן אַלצדינג ווייל עס וואָלט דאָ געקענט זײַן וווּנדערלעך ס’וואָלט געקענט זײַן אַ האַרמאָניע‟. אינמיטן זינגען אָט די לעצטע שורות, האָט דער הויפּט-זינגער שׁאנָן סטריט זיך געוואָנדן צום עולם און געזאָגט: „דאָ (אין אַמעריקע) איז פֿאַראַן אַ האַרמאָניע, דאָרט (אין ישׂראל) וואָלט געקענט זײַן אַ האַרמאָניע‟. נו, הלוואַי וואָלט ער געווען גערעכט אין ביידע פֿאַלן.
פֿאַר אַ סך מענטשן, איז דער הויכפּונקט אין יענעם אָוונט פֿאָרגעקומען בשעת דער זינגער מתּיתיהו איז אַרויף אויף דער בינע מיטצוזינגען מיט „הדג־נחש‟. מתּיתיהו האָט פֿאַר זיך כּידוע מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געמאַכט אַ גרויסן שם ווי דער ליובאַוויטשער חסיד, וואָס זינגט רעגיי־נוסח באָב מאַרלי, אַ מין קוריאָז. לעצטנס, האָט ער אָבער זיך אָנגעהויבן גיין וועלטלעך געקליידט, און אויף דער בינע אין יענעם אָוונט האָט ער אויסגעזען ווי אַ טיפּיש ניו-יאָרקישער „היפּסטער‟. אין יעדן פֿאַל, האָט זײַן קול נישט פֿאַרלוירן קיין פּרוטה במשך פֿון זײַנע רוחניותדיקע רײַזעס, און ער האָט אַלעמען אָנגערירט מיט זײַן ווערסיע פֿון מאַרליס „ניין, פֿרוי, זאָלסט נישט וויינען‟. אויף „ביס‟ האָבן מתּיתיהו און „הדג־נחש‟ ווידער זיך פֿאַראייניקט מיטצוזינגען אַ צונויפֿגעשמאָלצענע ווערסיע פֿון מתּיתיהוס תּהילים-ליד „דזשערוסאַלעם‟ מיט „הדג-נחש’ס‟ ליד „מה נעשׂה?‟ (וואָס זאָלן מיר טאָן?) וועגן באַניצן „לײַכטע דראָגס‟. אַזוי, מה נעשׂה אם נשכּחך ירושלים? וואָס זאָלן מיר טאָן, אויב מיר וועלן דיך פֿאַרגעסן ירושלים? אפֿשר דאָס קאָנסומירן ווייניקער „האַשיש‟?
אויף „יו-טיוב‟ קען מען זען מתּיתיהו מיט „הדג־נחש‟, מיטזינגענדיק אין 2011 „דאָס סטיקער-ליד‟ מיט „אַ מלך אָן אַ קרוין‟:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.