די באַציִונגען צװישן ייִדיש און דײַטשיש זײַנען געװען קאָנפּליצירט און געשפּאַנט פֿון סאַמע אָנהײב אָן. שױן אין מיטלאַלטער האָּבן די דײַטשן באַטראַכט ייִדיש װי אַ פֿאַרדאָרבענער זשאַרגאָן, די שפּראַך פֿון גנבֿים און גזלנים, און אַ סכּנה פֿאַרן קריסטנטום און דײַטשטום. און ייִדן האָבן ניט ליב געהאַט דעם ״גלחות״, װי זײ האָבן גערופֿן דעם דײַטשישן כּתבֿ. די ייִדישע שפּראַך האָט פֿאַרמאָגט אַ סך באַלײדיקנדיקע און דערנידערנדיקע װערטלעך און אידיאָמעטישע אױסדרוקן װעגן ״גויִם״, קריסטלעכע מנהגים און יעזוס קריסטוט אַלײן.
אָבער דערבײַ האָבן די דײַטשישע געלערנטע און ליטעראַטן געהאַט אַ טיפֿן אינטערעס צו ייִדיש. װעגן דעם דערצײל דאָס בוך פֿון איה אלידע ״אַ גױ װאָס שמועסט ייִדיש׃ קריטסן און די ייִדישע שפּראַך אין דײַטשלאַנד פֿון דער פֿריִער־מאָדערנער תּקופֿה״ (סטענפֿאָרד, 2012). די היסטאָריקערין פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים אַנאַליזירט די רײַכע און פֿילזײַנטיקע ליטעראַטור, װאָס די פּראָטעסטאַנטישע טעאָלאָגן און פֿילאָלאָגן האָבן אָנגעשריבן װעגן ייִדיש פֿונעם 16טן ביזן 18טן יאָרהונדערט.
די צילן די דאָזיקע ייִדיש־פֿאָרשונגען זײַנען געװען ניט רײן אַקאַדעמישע. קודם־כּל האָבן די קריסטלעכע פּראָפֿעסאָרן באַטראַכט ייִדיש װי אַ לינגװיסטישן כּלי פֿאַר ברענגען ייִדן צום קריסלטעכן גלױבן. צװישן די סאַמע ערשטע ביכער, װאָס זײַנען געדרוקט געװאָרן אױף ייִדיש זײַנען געװען איבערזעצונגען פֿונעם ״נײַעם טעסטאַמענט״ און אַנדערע מיסיאָנערישע טראַקטאַטן. אײניקע פֿון זײ זײַנען פֿאַרפֿאַסט געװאָרן דורך ייִדישע משומדים, אָבער זײער שפּראַך, װי עס באַװײַזט פּראָפֿעסאָר אלידע, איז געװען זײער דײַטשמעריש - מן הסתּם, װײַל עס האָט זיך ניט געפּאַסט פֿאַר יעזוסן צו רעדן פּראָסט ייִדיש.
אײניקע קריסטלעכע ייִדישיסן האָבן געהאַלטן, אַז מען דאַרף לערנען ייִדיש צוליב פּראַקטישע צװעקן אױכעט. ראשית, קאָן ייִדיש העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטײן די טשיקאַװע ייִדישע מנהגים און גלױבענישן, און שנית, אפֿשר נאָך װיכטיקער, איז ייִדיש ניצלעך פֿאַר קריסטלעכע סוחרים, װאָס פֿירן געשעפֿטן מיט ייִדן. אינעם אוניװערסיטעט פֿון האַלע, װאָס איז געװען אַ װיכטיקער צענטער פֿון פּראָטעסטאַנטישער טעאָלאָגיע, האָט מען אַפֿילו אײַנגעפֿירט אַ לערנקורס פֿון ייִדיש אין 1729. די קריסטלעכע פּעדאַגאָגן האָבן געהאַלטן, אַז ייִדיש קאָן העלפֿן זײערע סטודענטן צו באַהערשן די שװערע און פֿרעמדע העברעיִשע שפּראַך.
אַזױ אַרום האָט דער קריסטלעכער אינטערעס צו ייִדיש געהאַט צװײ צדדים, דעם טעאָלאָגישן און דעם לינגיסטיש־עטנאָגראַפֿישן. מען האָט אָנגהױבן צו באַטראַכטן ייִדן ניט סתּם װי אַ רעליגיעזע עדה, װאָס איז פֿאַרפֿרױרן געװאָרן אין דער אמונה פֿונעם ״אַלטן טעסטאַמענט״, נאָר װי אַ לעבעדיקן פֿאָלק מיט אַן אײגענער שפּראַך און און קולטור. דװקא די קריסטלעכע ״ייִדישיסטן״ האָבן פֿאַרלײגט די יסודות פֿון ייִדישער עטנאָגראַפֿיע און ליטעראַטור־פֿאָרשונג.
אָבער קײן שטאַרקע ליבהאָבער פֿון ייִדן און ייִדיש זײנען די דאָזיקע ייִדישיסטן ניט געװען. זײ זײַנען געװען איבערצײַגט, אַז ייִדן האָבן פֿײַנט דײַטשן און קריסטנטום. מען דאַרף קענען די ייִדישע שפּראַך און קולטור, כּדי צו פֿאַרשטײן דעם געפֿערלעכן שׂונא. מיטן אױפֿקום פֿון פּראָטעסטאַנטיזם האָט זיך אין די דײַטשישע לענדער גענומען צו װאַקסן די אידעאָלאָגיע פֿון שפּראַך־נאַציאָנאַליזם, דעם לינגװיסטישן אחדות פֿונעם דײַטשישן פֿאָלק. די דעה־זאָגער פֿון דער דאָזיקער אידעאָלאָגיע האָבן געהאַלטן, אַז די דײַטשן האָבן געפֿורעמט אַ ״קולטור־נאַציע״, װאָס איז פֿאַראײניקט געװאָרן דורך דער אײגענער שפּראַך ניט געקוקט אױף די פּאָליטישע און רעליגיעזע חילוקים.
אין דער דאָזיקער קאָנצעפּציע האָבן די ייִדן פֿאַרנומען אַ װיכטיקן נעגאַטיװן אָרט פֿונעם ״צד־שכּנגד״, אַ מין ״אַנטי־דײַטש״. אין אַלע הינזיכטן זײַנען ייִדן געװען אַנדערש. ניט נאָר האָבן זײ ניט געגלױבט אין קריסטוסן, נאָר אַפֿילו די שפּראַך זײערע איז געװען אַ מין ״אַנטי־דײַטשיש״, אַ מישמאַש פֿון פֿאַרשידענע װערטער, אָן קײן גראַמאַטיק און אָן קײן סטיל. ייִדיש האָט געדינט ייִדן װי אַ מאַסקע פֿאַר זײער בײזער טבֿע און זײערע בײזע כּװנות לגבי קריסטלעכע דײַטשן. ייִדיש איז געװען אײנצײַטיק אי נאָענט צו דײַטשיש, אי װײַט דערפֿון. צומאָל האָט ייִדיש געקלונגען ענלעך אױף דײַטש, אָבער דאָך האָט מען אים ניט געקענט גוט פֿאַרשטײן.
צום סוף פֿונעם בוך באַמערקט די מחברין, אַז די דאָזיקע נעגאַטיװע השׂגות װעגן ייִדיש בײַ די קריסטלעכע ״ייִדישיסטן״ האָט בעװירקט די דײַטשיש־ייִדישע משׂכּילים. דאָס משׂכּילישע בילד פֿון די ״אָסט־יודען״ און זײער שפּראַך איז אַ גלגול די עלטערע קריסטלעך־דײַטשישן אַנטיסעמיטישע קלישײען.
״אַ גױ װאָס שמועסט ייִדיש״ איז אַ װאָגיקע, און אַרומנעניקע און ביז גאָר אינטערעסאַנטע פֿאָרשונג פֿון אַ כּמעט אומבאַקאַנטן קולטורעל־היסטאָרישן פֿענאָמען. דאָס בוך איז ניצלעך ניט נאָר פֿאַר די פֿאָרשער פֿון דער פֿריִער־מאָדערנער תּקופֿה. אַ סך פֿון די השׂגות פֿון יענער צײַט זײַנען פֿאַרבליבן אינעם עבֿר, אָבער אײניקע שפּורן פֿון זײ האָבן געהאַט אַ תּחית־המתים אין די שפּעטערע טעאָריעס, און אַפֿילו בײַ אַזעלכע אָבֿות פֿונעם מאָדענעם ייִדישיזם װי נתן בירנבױם, בער באָראָכאָװ, חיים זשיטלאָװסקי און מאַקס װײַנרײַך.
אַזױ װי זײערע דײַטשישע פֿאָרגײער, זײַנען די מאָדערנע ייִדישע ייִדישיסטן געװען שטאַרק באַזאָרגט מיט די באַציִונגען צװישן ייִדיש און דײַטשיש, נאָר בײַ זײ איז דײַטשיש געװאָרן דער ״צד־שכּנגד״. און אַזױ װי די דײַטשישע שפּראַך־נאַציאָנאַליסטן האָבן זײ געהאַלטן, אַז דװקא די שראַך איז דער יסוד פֿונעם נאַציאָנאַלן אחדות. די פֿילאָלאָגישע װיסנשאַפֿט איז געװען אַ װיכטיקער טײל ניט נאָר פֿונעם דײַטשישן נאַציאָנאַליזם, נאָר אױך פֿון די נאַציאָנאַליסטישע אידעאָלאָגיעס פֿון די קלענערע מיזרח־אײראָפּעיִשע פֿעלקער, אַזעלכע װי טשעכן, פּױליאַקן, ליטװינער און אַנדערע. פֿון דעם איז געװאַקסן אױך באָראָכאָװס גלױבן, אַז פֿילאָלאָגיע איז די װיכטיקסטע נאַציאָנאַלע װיסנשאַפֿט.
אָבער די װײַטערע אַנטװיקלונג פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם איז געגאַנגען פּאַזע אַנדערן שליאַך. דער העברעיִשער ציוניזם האָט געדאַרפֿט שאַפֿן אַן אײגענע רײד־שפּראַך אױפֿן יסוד פֿונעם אַלטן לשון־קודש, װאָס מען האָט אַנטקעגנגעשטעלט דעם ״גלות־שפּראַך״ ייִדיש. אין אַ געװיסן זין האָבן די ציוניסטישע שפּראַך־בילדער אױך געירשנט דעם ביטולדיקן באַצי צו ייִדיש פֿון די דײַטשישע קריסטלעכע ייִדישיסטן, אָבער דאָס איז שױן אַן אַנדערע מעשׂה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.