משה יעלון: „די דיפּלאָמאַטיע, װי אױך די עקאָנאָמישע סאַנקציעס, העלפֿט ניט אָפּשטעלן די איראַנער פֿון זײערע נוקלעאַרע אַמביציעס. עס איז נײטיק אַן אמתע מיליטערישע דראָונג־אָפּציע, אַפֿילו אױב דאָס װעט זײַן דער לעצטער מעגלעכער מיטל.‟
ניו־יאָרק. זיכערקײט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟. דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל ראָן פּראָסאָר: „אין דער צײַט װען די איראַנישע צענטיפֿטגעס דרײען זיך אין אַ גאַלאָפּ־טעמפּ, דרײט דער איראַנישער רעזשים דעם קאָפּ דער גאַנצער װעלט מיט זײַנע מאַניפּולאַציעס און ליגנס. איראַן איז די גרעסטע סכּנה פֿאַר דער סטאַבילקײט אינעם ראַיאָן.‟
עגיפּטן. פּרעזידענט מורסי: „עגיפּטן איז מחויבֿ אָפּצוהיטן דעם שלום־הסכּם מיט ישׂראל.‟
קאַיִר. אודאַ טאַראַבין, אַ פֿאַרמישפּטער אין עגיפּטן פֿאַרן שפּיאָנאַזש לטובֿת ישׂראל, איז איבערגעפֿירט געװאָרן אין אַן אײנצל־קאַמער. בײַ טאַראַבינען זײַנען צוגענומען געװאָרן די קלײדער און אונטערװעש.
ירושלים. ישׂראל פֿאָדערט פֿון דער עגיפּטישער רעגירונג צו דערלױבן די פֿאָרשטײערס פֿונעם „רױטן קרײץ‟ צו באַזוכן אודאַ טאַראַבין אין דער תּפֿיסה און קאָנטראָלירן זײַן געזונט־צושטאַנד. עגיפּטן רעאַגירט ניט.
טשאַק הײגל, בעתן װיזיט אין עגיפּטן: „כ’בין געװען אַנטױשט צו הערן די השערה פֿון ישׂראל, אַז סיריע האָט גענוצט דאָס כעמישע געװער.‟
דמשׂק. פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער: „מיר ניצן ניט דאָס כעמישע געװער קעגן קײנעם ניט. אַפֿילו קעגן ישׂראל װעלן מיר עס ניט ניצן.‟
כאַלעב. צװײ טעג נאָך אַנאַנד קומען פֿאָר שװערע בלוטיקע שלאַכטן צװישן די כּוחות פֿונעם סירישן רעזשים און דער „פֿרײַער סירישער אַרמײ” אַרום דעם סטראַטעגישן מיליטער־אַעראָפּאָרט „מיניך‟ אין כאַלעב. די רעגירונג באַשולדיקט די ראַדיקאַלע איסלאַמישע גרופּע „דזשאַבכאַט אַל־נוסראַ‟ אין אױפֿרײַסן דעם מינאַרעט פֿון דעם „גרױסן אָמעיאַד־מעטשעט‟ אין כאַלעב.
שמעון פּערעס, דער מדינה־פּרעזידענט האָט באַגריסט דעם דרוזישן ציבור מיט זײער הױפּט־חגא „נאַבי שוייב‟ און געזאָגט: „מיר אַלע שטאָלצירן מיט דער דרוזישער עדה און גיבן אָפּ דעם גרעסטן כּבֿוד זײערע מנהיגים און זײערע זין.‟
בנימין נתניהו: „די באַציִונגען צװישן ייִדן און דרוזן איז ניט נאָר אַ היסטאָרישער בונד, נאָר אַ באַזונדערער בונד צװישן די סאָלדאַטן און ציװילע בירגער, װעלכע האָבן געקעמפֿט צוזאַמען פֿאַרן הײמלאַנד.‟
הסתּדרות. פֿאָרזיצער עופֿר עייני: „אױב די רעגירונג װעט ניט אָנהײבן די דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער הסתּדרות װעגן די פֿאַרפּלאַנירטע קירצונגען אינעם בודזשעט, װעלן מיר דערקלערן אַן אַרבעטס־װיכּוח און דערקלערן אַן אַלגעמײנעם שטרײַק.‟
רעגירונג. פּרעמיער בנימין נתּניהו: „קײן שום דראָונגען מצד דער הסתּדרות װעלן אונדז ניט אָפּשטעלן פֿון די אומפֿאַרמײַדלעכע רעפֿאָרמען.‟
פֿינאַנץ־מיניסטעריום. מיניסטער יאיר לאַפּיד: „מיר װעלן דורכפֿירן די פֿאַרפּלאַנירטע שניטן לטובֿת כּלל־ישׂראל. אין צװײ יאָר אַרום װעלן אַלע דערפֿילן די רעזולטאַטן פֿון דער נײַער פֿינאַנץ־פּאָליטיק.‟
װאַשינגטאָן: מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי: „מיר דאַרפֿן האָבן אמתע באַװײַזן, אַז דער סירישער רעזשים נוצט דאָס כעמישע געװען. אַ חשד איז ניט קײן באַװײַז.‟
ירושלים. אינעם ירושלימער קרײַזגעריכט האָט זיך אָנגעהױבן די באַװײַזן־סעסיע אינעם מישפּט איבער דעם געװעזענעם אױסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן, פֿאַרדעכטיקט אין געבן כאַבאַר און אין שװינדל.
געזונט־מיניסטעריום. מיניסטאָרין יעל גערמאַן: „מיר װעלן דורכפֿירן אַלע נײטיקע רעפֿאָרמען כּדי צו באַגרענעצן דעם טײל פֿון דער פּריװאַטער מעדיצין אין לאַנד.‟
תּל־אַבֿיבֿ. די גרעסטע קרימינעלע משפּחות אין לאַנד, אַלפּעראָן און מולנער, זײַנען געקומען צו אַ שלום־הסכּם מיט דער הילף פֿון אַ גרופּע אַדװאָקאַטן. פּאָליצײ: „ס’װעט װערן שטילער אױף די גאַסן.‟
סיריע. דער ראָש פֿון דער רעבעלן־אַרמײ: „אַ סך אַגענטן פֿון ׳מוסד׳ און פֿון אַנדערע ישׂראלדיקע אױסשפּיר־אַמטן זײַנען טעטיק אין סיריע. מחמת דעם, לײגט זיך אױפֿן שׂכל, אַז די ישׂראלים װײסן גענױ, אַז די ׳אַסאַדיסטן׳ האָבן גענוצט דאָס כעמישע געװער קעגן די אָפּאָזיציאָנערן.‟
שלום־געריכט. די ריכטערין דפֿנה בלאַטמאַן: „דער טױט פֿונעם געװעזענעם ׳מוסד׳־אַגענט בען זיגער איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ גאַנצער רײ פֿעלערן אין דער אַרבעט פֿון די תּפֿיסה־אױפֿזעערס.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.