צה”ל. אַן אָנפּילאָטניק — אַן עראָפּלאַן אָן אַ פּילאָט — האָט געגנבֿעט די צפֿונדיקע לופֿט־גרענעץ פֿון ישׂראל. די מיליטער־אַװיאַציע האָט אַראָפּגעשאָסן דעם אָנפּילאָטניק 8 קילאָמעטער פֿון חיפֿה. שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטער דני דאַנאָן: „איראַן פּרוּװט אונדז אױס. אונדזער ענטפֿער איז אונטער װעגן‟. די „יו־ען‟־כּוחות אין דרום־לבֿנון: „מיר פֿאָרשן די אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם אָנפּילאָטיניק, װעלכער האָט געגנבֿעט די גרענעץ פֿון ישׂראל‟. דער פּרעסע־סעקרעטאַר פֿון „כעזבאָלאַ‟ האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קאָמענטירן די פּרשה מיטן אָנפּילאָטניק.
בנימין נתניהו: „דער פּרוּװ צו ברעכן די מלוכה־גרענעץ פֿון ישׂראל איז אַ גראָבע פּראָװאָקאַציע‟.
איראַן: „מיר זײַנען גרײט פֿאָרצוזעצן די אונטערהאַנדלונגען מיט די זעקס גרױסמאַכטן װעגן אונדזערע נוקלעאַר־פּראָיעקטן‟.
טשאַק הײגל: „די ראַפּאָרטן פֿון די אױסשפּיר־אַמטן באַשטעטיקן, אַז אין סיריע געװען גענוצט כעמיש געװער‟. דזשאָן קערי: „דער סירישער רעזשים האָט גענוצט דאָס כעמישע געװער צװײ מאָל‟. „װײַסע הױז‟: „די ראַפּאָרטן פֿון די אױסשפּיר־אַמטן װעגן ניצן דעם כעמישן געװער אין סיריע זײַנען ניט גענוג‟.
דמשׂק. די סירישע רעגירונג לײקנט אָפּ, אַז זי האָט װען ניט איז געניצט דאָס כעמישע געװער און באַשולדיקט די אָפּאָזיציאָנערן אין דער טעראָריסטישער טעטיקײט, װי אױך אינעם ניצן דאָס כעמישע געװער קעגן דער ציװילער באַפֿעלקערונג.
ירושלים. שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם אױסערן־מיניסטער, זאבֿ עלקין: „הײַנט איז גאַנץ קלאָר, אַז אַסאַדס רעזשים איז ניט בכּוח צו קאָנטראָלירן די מיליטער־באַזעס מיטן כעמישן געװער. אַ באַשלוס פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן לגבי דער „רױטער ליניע‟, דהײַנו, דאָס נוצן פֿון כעמישן געװער אין סיריע, װעט האָבן אַ השפּעה אױף די װײַטערדיקע באַשלוסן לגבי דעם איראַנישן נוקלעאַר־געװער. אױב די אַמעריקאַנער װעלן זיך ניט אַרײַנמישן אינעם קאָנפֿליקט אין סיריע, דאַן װעלן די איראַנער פֿאַרשטײען, אַז די מערבֿדיקע „רױטע ליניע‟ איז ניט קײן פֿעסטע ליניע, און װעלן װײַטער אַרבעטן איבער זײערע נוקלעאַר־פּראָיעקטן‟.
תּל־אַבֿיבֿ. דער מלוכה־רעװיזאָר, יוסף שפּיראַ, נאָכן באַזוכן דרום־תּל־אָבֿיבֿ: „כ’האָב זײער אַ שװערן אײַנדרוק; דאָס, װאָס איך האָב געזען, איז פּשוט שרעקלעך, סײַ דער מצבֿ פֿון די אײַנװױנער פֿונעם ראַיאָן, סײַ דער מצבֿ פֿון די אומלעגאַלע עמיגראַנטן. פּשוט ניט צו גלײבן, אַז מע קען לעבן אין אַזעלכע באַדינגונגען‟.
לאָנדאָן. עס איז פּובליקירט געװאָרן אַ טײל פֿון די געהײמע רעגירונגס־דאָקומענטן פֿון 1946 ביז 1948. די בריטישע רעגירונג איז נאָך דעמאָלט געקומען צו אַן אויספֿיר, אַז די צעטײלונג פֿון דער מאַנדאַט־פּאַלעסטינע װעט פֿירן צו אַ מלחמה, אין װעלכער די אַראַבער װעלן קריגן אַ מפּלה‟.
ירושלים. כּבֿודו משה סױבל, דער ריכטער פֿונעם ירושלימער קרײַזגעריכט האָט געפּסקנט לטובֿת די „כּותל־פֿרױען‟: „דאָס אָנטאָן טלית דערװידערט ניט די כּללים פֿון אָרט און איז ניט קײן עבֿירה קעגן דעם געזעץ‟. די אַנאַליטיקער װעגן דעם פּרעצעדענטלאָזן באַשלוס: „עס װעט שױן זײַן פֿרײלעך!‟
בודאַפּעשט. דער ישׂראל־ספּאָרטלער טאָמי אַרשאַנסקי האָט געוווּנען צום בראָנדזענעם מעדאַל אױפֿן אײראָפּעיִשן טשעמפּיאָנאַט פֿון דזשיודאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.