ל״ג־בעומר זכרונות וועגן באָקסער

Lag B’Omer Memories of Carob


פֿון לענאָר סקענאַזי (Forward)

Published April 26, 2013, issue of May 24, 2013.

הגם ל״ג־בעומר איז פֿאַרבונדן מיט זייער אַן אינטערעסאַנטער געשיכטע, רופֿט עס אַרויס בײַ געוויסע אַמעריקאַנער־געבוירענע געמישטע געפֿילן.

דער עומר באַשטייט פֿון די 49 טעג צווישן פּסח און שבֿועות, ווען גאָט האָט געגעבן די ייִדן די תּורה. מיט 2,000 יאָר צוריק האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ מגפֿה בײַ די תּלמידים פֿון רבי עקיבֿא — אַ רעזולטאַט, האָט חז״ל געזאָגט, פֿאַר דעם וואָס זיי האָבן זיך נישט באַצויגן מיט דרך־ארץ איינער צום צווייטן (אַ זאַך וואָס איר וואָלט טאַקע געמעגט דערמאָנען אײַערע מיטאַרבעטער.) נאָך 33 טעג האָט די מגפֿה זיך אָפּגעשטעלט, און דערפֿאַר פּראַווען מיר הײַנט דעם יום־טובֿ.

איינער פֿון די תּלמידים וואָס האָט איבערגעלעבט די מגפֿה איז געווען שמעון בר־יוחאי, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן אַ גרויסער תּלמוד־חכם און אָנגעשריבן אַ וויכטיקן חלק פֿונעם „זוהר‟. אָבער צוליב זײַנע אַנטי־רוימישע אַקטיוויטעטן, האָט ער, נעבעך, געמוזט זיך אויסבאַהאַלטן מיט זײַן זון אין אַ רוימישן הייל 13 יאָר לאַנג.

לויט דער לעגענדע האָט די פּאָר זיך געהאַלטן בײַם לעבן, אַ דאַנק אַ דערבײַיִקן וואַסערל און באָקסער־ביימל. דערפֿאַר פּראַוועט מען דעם יום־טובֿ דורך עסן באָקסער. אָבער נישט געקוקט אויף דעם וואָס באָקסער האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פֿון ר׳ שמעון און זײַן זון, האָט עס מיט יאָרן שפּעטער אַרויסגערופֿן אַן אַנטיפּאַטיע בײַ אַ גאַנצן דור אַמעריקאַנער.

אין די 1970ער יאָרן — אַ תּקופֿה פֿון סטודענט־דעמאָנסטראַציעס, היפּיס און דער גרינדונג פֿון דער עקאָלאָגישער באַוועגונג — האָבן אַ צאָל עלטערן אײַנגעפֿירט אַ שטרענגע דיעטע פֿון געזונטע עסנס: ראַזעווע־פּראָדוקטן, ברוינער רײַז, און באָקסער — וואָס מע האָט דעמאָלט באַצייכנט פֿאַר די קינדער ווי אַ במקום פֿון שאָקאָלאַד.

„דאָס איז געווען אַ טעות,‟ האָט באַמערקט סטיוו קאַמינסקי, אַ פֿאָרש־וויסנשאַפֿט וואָס איז הײַנט אַלט אין די 50ער. „שאָקאָלאַד איז אַ וווּנדערלעכע זאַך; באָקסער איז נישט.‟

באָקסער איז אַ ברוינער זאָמען, וואָס וואַקסט אין אַ שויט. מע קען צעמאָלן דעם באָקסער, ביז עס ווערט דערפֿון אַ פּראָשיק, וואָס זעט אויס ווי קאַקאַו. די צרה איז — עס האָט אַ טעם פֿון אויערן־שמאַלץ (ear wax).

נאָך דעם ווי איך האָב אויף מײַן „פֿייסבוק‟־זײַט געשטעלט די פֿראַגע: „וואָס זענען אײַערע זכרונות וועגן באָקסער?‟, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז איך בין נישט די איינציקע מיט נעגאַטיווע געפֿילן וועגן דעם. „די באָבע פֿלעג אונדז געבן האַלוואַ באַדעקט מיט באָקסער, ווי דאָס וואָלט געווען אַ דעליקאַטעס. פֿע!‟ האָט געשריבן מאַנדי האַס, אַן אינטערנעץ־קאָנסולטאַנטין.

„ווי אַ קינד פֿלעג איך עסן באָקסער־קוכן. פֿע!‟ האָט אַ צווייטער געשריבן. „פֿון צײַט צו צײַט מאַך איך עס נאָך, אָבער בלויז ווי אַ מיטל קעגן אַ לויזן מאָגן.‟

איין פֿרוי האָט זיך דערמאָנט, אַז ווי אַ מיטלשול־סטודענטקע פֿלעג זי אַרבעטן אין איר מאַמעס געזונטשפּײַז־קראָם, און דערנאָך אויסגעבן אירע שׂכירות אויף נישט־אַזוי־געזונטע צוקערלעך — אין אַ צווייטן געוועלב.

אַוודאי, אויב איר האָט אַמאָל געוווינט אין אַ העל, אָן שום צוטריט צו אַנדערע שפּײַזן, וואָלט באָקסער אײַך מסתּמא אַ סך מער געשמעקט; זאָל אײַך ווויל באַקומען. אויב נישט, וועט איר אפֿשר גיכער וועלן פּראַווען ל״ג־בעומר מיט אַ ביסל געשמאַקן, כּשרן שאָקאָלאַד.