גייענדיק אויף די גאַסן פֿון וואַשינגטאָן־הײַטס, וואָס פֿאַרנעמט דעם צפֿונדיקסטן שפּיץ פֿון מאַנהעטן, איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז דאָס איז אַ מאָל געווען די גרעסטע דײַטש־ייִדישע געגנט. אין אַ וויץ, פֿלעגט מען זי רופֿן “פֿראַנקפֿורט בײַם האָדסאָן” און אַפֿילו דאָס “פֿערטע רײַך”, ווײַל זי איז געווען אַזוי געדיכט באַפֿעלקערט מיט דײַטש־רעדנדיקע ייִדן, פּליטים פֿון היטלער־דײַטשלאַנד, וואָס זײַנען געקומען אין די סוף־1930ער יאָרן. הײַנט איז דאָרט נאָך פֿאַרבליבן אַ נישקשהדיקע צאָל פֿרומע ייִדן, אָפּשטאַמיקע פֿון יענע פּליטים, ווי אויך אַנדערע, וואָס האָבן זיך דאָרט באַזעצט, ווײַל ס׳איז ביליק און געפֿינט זיך לעבן דעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. אָבער קיין דײַטש הערט מען שוין ניט.
דער עיקר, הערט מען הײַנט אויך ניט קיין ענגליש, נאָר שפּאַניש, ווײַל זינט די 1990ער יאָרן איז אַהער געקומען אַ גרויסע אימיגראַציע פֿון דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק. פֿאַקטיש זײַנען די דאָמיניקאַנער געוואָרן די גרעסטע עטנישע גרופּע אין מאַנהעטן. אין גאַנץ ניו־יאָרק רעכנט מען איבער 600,000, און זייער גרעסטער צענטער איז וואַשינגטאָן־הײַטס. אַ מאָל איז שווער צו געפֿינען אַפֿילו אַ צײַטונג אויף ענגליש.
די שטענדיק־פֿריילעכע דאָמיניקאַנער מוזיק הילכט פֿון די פֿענצטער, אויף די ווענט הענגען קאָלירפֿולע רעקלאַמעס אויף שפּאַניש, און ווען דער וועטער איז שיין, פֿאַרברענגט מען אויף די גאַסן שעהען לאַנג, אַ שׂמחה אָן אַ סוף. אַ חבֿר מײַנער, אַ ייִדיש־לערער, האָט דאָרט געוווינט אפֿשר אַ האַלב יאָר, איז ער אין משך פֿון דער צײַט כּמעט ווי ניט געשלאָפֿן. אָבער כּל־זמן מע לאָזט ניט שלאָפֿן, איז דאָ כאָטש וואָס צו זען. די עלטערע דאָמיניקאַנער פֿרויען, וואָס זיצן אויף די “סטופּס” און שמועסן אין דרויסן, האָבן אים דערמאָנט אין די שטעטלדיקע ייִדענעס, וועלכע פֿלעגן זיצן אויף די פּריזבעס און פּליאָטקעווען; ער קען זיי נאָר פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
אויב אַ סך שפּורן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן ניו־יאָרק זײַנען נאָך פֿאַרבליבן, איז די דײַטש-ייִדישע קהילה פֿאַרפֿאַלן ווי אין וואַסער אַרײַן. אַרבעטנדיק אַ שטיקל צײַט אינעם לעאָ בעק־אינסטיטוט מיט 10 יאָר צוריק, געדענק איך נאָך די אַלטע יעקעס, וואָס פֿלעגן קומען העלפֿן פֿרײַוויליק אין אַרכיוו. זיי זײַנען שוין געווען אין די 90ער, געגאַנגען מיט שטעקנס, אָבער מע האָט זיי געדאַרפֿט האָבן, ווײַל נאָר זיי האָבן געקענט גרינג לייענען די אַלטדײַטשע שריפֿט. וויפֿל פֿון זיי זײַנען נאָך דאָ, און וויפֿל פֿון זייערע קינדער און אייניקלעך זײַנען בכלל פֿאַראינטערעסירט אין זייער דײַטש־ייִדישער קולטור, ווייס איך ניט. אַפֿילו די גרויסע ניו־יאָרקער צײַטונג פֿון די דײַטשע ייִדן, דער “אויפֿבוי”, האָט זיך דערווײַל איבערגעקליבן אין דער שווייץ.
אָבער ס׳איז פֿאַרשטענדלעך, פֿאַר וואָס די קינדער פֿון די יעקעס האָבן ניט אַרויסגעוויזן קיין גרויסע געטרײַשאַפֿט פֿאַר דער קולטור פֿונעם פֿאָטערלאַנד. ערשטנס, איז דײַטש דאָך געווען די שפּראַך פֿון די רוצחים, און צווייטנס, האָט די דײַטש־ייִדישע יוגנט זיך זייער גיך אַמעריקאַניזירט. ווי קינדער פֿונעם מיטלשטאַנד, מיט אַ סאָלידער דערציִונג, האָבן זיי זיך מערסטנס גיך אַרויפֿגעאַרבעט, געוואָרן וויכטיקע געשעפֿטסלײַט, שרײַבער, פּראָפֿעסאָרן, און אַפֿילו פּאָליטישע טוער. נעמט, למשל, הענרי קיסינדזשער.
אויך די ניט־ייִדישע דײַטשן אין אַמעריקע שטאָלצירן, געוויינטלעך, ניט מיט זייער הינטערגרונט. ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז די דײַטש־שטאַמיקע איז טאַקע די גרעסטע עטנישע גרופּע אין לאַנד, ווײַל מע הערט גאָרניט פֿון זיי. מיט הונדערט יאָר צוריק איז געווען גאַנץ אַנדערש, עס זײַנען געווען דײַטשע קולטור־פֿאַראיינען, אַ גרויסע דײַטשע פּרעסע און אַ סאָציאַליסטישע באַוועגונג. אָבער די אַנטי־דײַטשע שטימונג בשעת די צוויי וועלט־מלחמות האָט אונטערגעדריקט דעם דײַטשן שטאָלץ און געמאַכט, מע זאָל זיך שעמען צו רעדן דײַטש אין דער עפֿנטלעכקייט.
איך בין אויפֿגעוואַקסן אין יאָרקוויל, דער אַלטדײַטשער געגנט פֿון ניו־יאָרק, אָבער קינדווײַז איז דאָס מיר קיין מאָל ניט אײַנגעפֿאַלן. קיין שילדן אויף דײַטש האָט מען דאָך ניט געזען, די שפּראַך האָט מען ניט געהערט. אין אַ קיאָסק האָט מען נאָך געקענט קויפֿן די דײַטשע “ניו־יאָרקער שטאַטס־צײַטונג”, די עלטסטע אַמעריקאַנער צײַטונג, וואָס האָט זיך געדרוקט רעגולער זינט די 1830ער יאָרן. ס׳איז געווען (און ס׳איז נאָך דאָ) איין רעסטאָראַן און בירגאָרטן, דער “הײַדעלבערג”, וווּ איך האָב איין מאָל געגעסן פֿאַנקוכנס אָדער וואַפֿליעס. די סאַרווערין האָט געטראָגן עפּעס אַ פֿאַרצײַטישן דײַטשן קאָסטיום און מע האָט כּסדר געשפּילט דאָס זעלבע דײַטשע פֿאָלקסליד — נאָך אַ מאָל און אָבער אַ מאָל, ממש ווי אַ קאַריקאַטור פֿון אַ דײַטשן רעסטאָראַן.
דאָרט ניט ווײַט, אויף דער 85סטער גאַס צווישן 3טן עוועניו און לעקסינגטאָן, האָט זיך געפֿונען אין די 1930ער יאָרן די הויפּטקוואַרטיר פֿונעם “דײַטש־אַמעריקאַנער בונד”, דער פֿירנדיקער אַמעריקאַנער נאַצי־אָרגאַניזאַציע. ייִדן האָבן דעמאָלט אויך געוווינט אין יאָרקוויל, האָט מען געמאַכט קעגנזײַטיקע פּראָטעסטן און בויקאָטן און דער מצבֿ איז געווען געפֿערלעך. דווקא דערפֿאַר האָבן די דײַטש־ייִדישע פּליטים פֿון די סוף־1930ער יאָרן זיך באַזעצט ערגעץ אַנדערש, אין וואַשינגטאָן־הײַטס.
ס׳רובֿ דײַטשע ייִדן זײַנען דאָרט געווען פֿון דרום־דײַטשלאַנד, פֿון פֿרומע קליינע דערפֿער. די מער אויפֿגעקלערטע ייִדן פֿון צפֿון־דײַטשלאַנד, פֿון בערלין, האָבן זיך אָפֿטער באַזעצט אין קווינס, אין די געגנטן קיו־גאַרדענס און פֿאָרעסט־הילס. אין דער שטאָט האָבן זיי זיך אָפֿט באַגעגנט אין היימישע רעסטאָראַנען און קאַפֿעס, ווי, למשל, “עקלייר” אויף דער 72סטער גאַס. דאָרט האָט דער פּליט אַלעקסאַנדער זעלינגער אין 1939 געעפֿנט אַ ווינער בעקערײַ, וואָס איז באַלד געוואָרן דער פּאָפּולערסטער לאָקאַל פֿאַר די ייִדישע פּליטים, ספּעציעל פֿון צענטראַל־אייראָפּע. אויך באַשעוויס איז דאָרט געווען אַן אָפטער גאַסט.
צופֿעליק איז אַ קרובֿ מײַנער, דער פֿעטער אַדאָלף, געווען איינער פֿון די בעלי־בתּים פֿון “עקלייר” און איך האָב דאָרט קינדווײַז געגעסן אַ סך שטרודל און קוכן און בכלל פֿרײַע מאָלצײַטן. איך האָב גאָר ניט געוווּסט, אַז דאָס איז אַ וויכטיקער טרעפֿפּונקט פֿאַר ייִדישע פּליטים. דער שטעלפֿאַרטרעטער בײַם רעדאַקטאָר פֿון “פֿאָרווערטס”, איציק גאָטעסמאַן, קען דערציילן די זעלבע מעשׂה, ווײַל דער מענעדזשער, וואָס האָט געהייסן לעפּצעלטער, איז געווען אַ פֿרײַנד פֿון דער משפּחה, געזעסן מיט טאַטע־מאַמע אינעם זעלבן די־פּי־לאַגער אין עסטרײַך. לייגט זיך אויפֿן שׂכל, פֿאַר וואָס “עקלייר” האָט זיך פֿאַרמאַכט, אויב אַלע קינדער האָבן דאָרט געגעסן בחינם…
די אַמאָליקע דײַטש־ייִדישע קהילה איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, אָבער וואַשינגטאָן־הײַטס ווערט פֿאָרט צו ביסלעך צוריק אַ מער ייִדישע געגנט. די “אָפּער וועסט סײַד” איז געוואָרן צו טײַער פֿאַר אַ סך יונגע ייִדן, וואָס ווילן נאָך לעבן אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה, האָבן זיי געדאַרפֿט זיך איבערקלײַבן ווײַטער אויף צפֿון. אַפֿילו פֿאַר ייִדיש איז וואַשינגטאָן־הײַטס געוואָרן אַן אַדרעס, ווײַל עטלעכע ייִדישיסטן (ניט נאָר יענער שלאָפֿלאָזער ייִדיש־לערער) האָבן זיך דאָרט באַזעצט. אויב ניט דאָס עסן, האָט כאָטש די שטימונג אויף דער שׂמחה בײַ דער שרײַבערין רחל קפֿריסין, וווּ איך בין די וואָך געווען, מיך דערמאָנט אין אַ ווינער בעקערײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.