ל״ג בעומר. די פֿײַערלעשער האָבן מטפּל געװען איבער מער װי זעקס הונדערט שׂרפֿות. אױפֿן מירון־באַרג האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט איבער 200,000 נפֿשות, כּדי אָפּצומערקן דעם יאָרצײַט פֿון רבי שמעון בר־יוחאי.
בנימין נתניהו האָט געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז אױב דאָס סירישע כעמישע געװען װעט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון „כעזבאָלאַ‟, װעט עס פֿאָדערן פֿון ישׂראל „גאָר ראַדיקאַלע רעאַקציע‟. לױט דער אינפֿאָרמאַציע פֿון די סירישע אָפּאָזיציאָנערן אױף דער זײַט פֿון דער סירישער אַרמײ קעמפֿן אַרום 10000 „כעזבאָלאַ‟־שלאַכט־לײַט.
ירושלים. קײן ישׂראל איז אָנגעקומען דער פּרעזידענט פֿון סערביע טאָמיסלאַװ ניקאָליטש מיט אַן אָפֿיציעלן װיזיט. דעם סערבישן פּרעזידענט באַגלײט אַ גרױסע דעלעגאַציע פֿון געשעפֿטס־לײַט און לאַנדסװירטשאַפֿטלער. דער פּרעזידענט איז באַקאַנט װי אַ גרױסער פֿרײַנד פֿון ישׂראל.
שמעון פּערעס, דער מדינת־פּרעזידענט פֿאָרט אַרױס קײן איטאַליע מיט אַן אָפֿיציעלן װיזיט. ער װעט זיך טרעפֿן מיטן פּרעזידענט נאַפּאָליטאַנאָ, מיטן נײַעם פּרעמיער לעטאַ און מיטן פּױפּסט פֿרענסיס.
כּנסת: „אין משך פֿון די לעצטע 6 יאָר זײַנען די פּרײַזן פֿון די דירות געשטיגן אױף 53%‟.
יובֿל שטײַניץ, מיניסטער פֿון דער סטראַטעגיע־פּלאַנירונג: „איראַן װעט קענען פּראָדוצירן פֿון 20 ביז 30 נוקלעאַר־באָמבעס אַ יאָר‟.
װאַשינגטאָן: פּרעזידענט אָבאַמאַ: „מע דאַרף זײַן פֿאָרזיכטיק. דאָס ניצן געװער פֿאַרן מאַסן־מאָרד באַדײַט עובֿר זײַן אױף נאָך אײן ׳רױטע ליניע׳ און דאָס פֿאָדערט צו בײַטן די כּללים פֿון דער שפּיל‟.
צה״ל. ישׂראלישע שטורעם־אַװיאַציע האָט פֿאַרניכטעט אַ ראַקעטן־סקלאַד אין דרום פֿון דעם עזה־פּאַס, װי אַן ענטפֿער אױף די ראַקעטן־באַשיסונגען פֿון ישׂראל מצד דעם „כאַמאַס‟.
דמשׂק. סירישער פּרעמיער אַל־כאַלאַקי איז ניצול געװאָרן פֿון אַ אַטענטאַט אױף אים. 10 מענטשן פֿון זײַן באַוואַכן זײַנען דערהרגעט געװאָרן. דער פּרעמיער באַשולדיקט אינעם טעראָר־אַקט די ראַדיקאַלע איסלאַמישע כּנופֿיא „אַל־נוסראַ‟. אַרום דער מיליטער־באַזע פֿונעם כעמישן געװער אין דמשׂק קומען פֿאָר שװערע שלאַכטן צװישן דער רעגירונג־אַרמײ און די רעבעלן. 70 סאָלדאַטן זײַנען אומגעקומען אין האָמס בעתן טעראָריסטישן אױפֿרײַס פֿון אַ פֿאַרמינירטן אױטאָ.
מאיר דאַגאַן, דער געװעזענער ראָש פֿון „מוסד‟: עס איז אַ גרױסער ספֿק, צי אַסאַד האָט טאַקע באַפֿױלן צו ניצן דאָס כעמישע געװער. דאָס איז געװען אַן איניציאַטיװ פֿון די אָרטיקע באַאַמטע. און איך פֿאַרשטײ די פֿאָרזיכטיקײט פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע אין דעם ענין, כאָטש אַסאַד איז אָן ספֿק אַ מלחמה־פֿאַרברעכער און איז שולדיק אין אַ טאָטאַלן קאָלאַפּס אין סיריע‟.
תּל־אַבֿיבֿ. דאָס גאַנצע לאַנד באַהאַנדלט אַ נײַעם סעקסועלן סקאַנדאַל. איצט אינעם צענטער פֿון דער פּרשה איז דער פּאָפּולערסטער אין לאַנד זשורנאַליסט עמנואל ראָזען. אָבער עס איז אין גאַנצן ניט קלאָר, צי דאָס באַשולדיקן עמעצן דורך דער פּרעסע איז געװאָרן אַן עפֿעקטיװער מיטל צו באַזײַטיקן דעם „עמעצן‟ פֿונעם פּאָסטן, צי די סיטואַציע מיט די „סעקסועלע פּרשיות‟ איז באמת אַזױ געפֿערלעך. אײן זאַך איז אָבער קלאָר; װי עס פֿירט זיך אין ישׂראל, איז קודם האַקט מען די קעפּ, נאָך דעם שלאָגט מען זיך על־חטא.
בודאַפּעשט. די ישׂראל־ספּאָרטלערין יאַרדען דזשערבי האָט געװינען דעם בראָנדזענעם מעדאַל אױפֿן אײראָפּעיִשן טשעמפּיאָנאַט פֿון דזשיודאָ.
ישׂראל כּץ, דער טראַנספּאָרט־מיניסטער: „די פֿאַרפּלאַנירטע רעפֿאָרמעס אין דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע װעלן דערמעגלעכן אַראָפּצולאָזן אױף 20% די פּרײַזן פֿון די נײַע אױטאָס און די פֿאַרבײַט־טײלן צו זײ.
לבֿנון. שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם רוסישן אױסערן־מיניסטער מיכאַיִל באָגדאַנאָװ האָט זיך געטראָפֿן אין בײרוט מיטן גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון „כעזבאָלאַ‟ כאַסאַן נאַסראַלאַ. באָגדאַנאָװ האָט איבערגעגעבן דעם לידער פֿון „כעזבאָלאַ‟ אַ קאַטעגאָרישע פֿאָדערונג פֿון מאָסקװע אױפֿצוהערן אָנטײל נעמען אין די שלאַכטן אין סיריע, װײַל ס’איז דאָ אַ סכּנה, אַז דער קאָנפֿליקט װעט זיך פֿאַרשפּרייטן אין די שכנותדיקע לענדער, און אין דער ערשטער רײ — אין לבֿנון.
טעהעראַן. געװעזענער פּרעזידענט פֿון איראַן, ראַפֿסאַנדזשאַני: „מיר זײַנען ניט אין אַ מלחמה־צושטאַנד מיט ישׂראל‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.