דאָס מאָל האָט זיך די „פֿאָלקסבינע‟ פֿאַרדינט אַ מעדאַל, אָנערקענונג און לויב. זיי האָבן געשטעלט איציק מאַנגערס „מגילה לידער,‟ מיט דובֿ זעלצערס באַצויבערנדיקער מוזיק, רעזשיסירט האָט עס אויסגעצייכנט מאָטל דידנער, כאָרעאָגראַפֿירט מיט שוווּנג — מערעט מוענטער, מיט מוסטערן פֿון צירק־סצענעס, מאַריאָנעטן, מאַסקעס; אַלץ מיט דער שעפֿערישער האַנט פֿון דזשעני ראָמיין.
זיסל סלעפּאָוויטש אויפֿן קלאַרנעט מיט מוזיקאַלישע טענער פֿון אַקאָרדיאָן, לאָרען בראָודי, באַס, דמיטרי אישענקאָ און פּויק, מעט טעמקין און אַלץ אונטער זלמן מלאָטעקס מוזיקאַלישער דירעקציע.
ס’איז אוממעגלעך צו פֿאַרגלײַכן עס מיט דער אַמאָליקער ווערסיע פֿון „מאַנגערס מגילה‟, וואָס די בורשטיין־משפּחה האָט אויפֿגעפֿירט מיט לאַנגע יאָרן צוריק. די סיבה דערפֿון איז דאָס וואָס יענע „מגילה‟ איז געשפּילט געוואָרן אַ צענדליק יאָר נאָכאַנאַנד פֿאַר אַ ייִדיש רעדנדיקן עולם, וועלכער האָט זיך געקענט אויף יעדן ניואַנס, פֿאַרשטאַנען אַ יעדע חכמה און וויץ, זיך אויסגעקענט אויף מאַנגערס פּאָעטישע שטיפֿערײַען, מאַנגערס סאַטירישן טאָן, שוין אָפּגערעדט פֿון פֿאַרוואַנדלען די אַמאָליקע פּערסישע האַנדלונג אין אַ קליין־שטעטלשע עפּאָפּעע.
דאָס מאָל קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, אַז די אויפֿפֿירונג איז אויסגעצייכנט צוליב כּמה וכּמה טעמים. ערשטנס ,איז דאָס ייִדישע וואָרט געפֿלאָסן פֿון די יונגע חבֿרה אַקטיאָרן, ווי זיי וואָלטן געבוירן געוואָרן דערמיט. צווייטנס זייער געזאַנג, זייערע טענץ, זייערע באַוועגונגען האָבן פֿאַרכּישופֿט די בינע צוזאַמען מיטן עולם.
דער מלך אַחשוורוש, דער שיכּור (סטעפֿען מאָו האַנאַן) מיט דער רויטער נאָז, שפּילט אויס זײַן ראָלע, ווי ער וואָלט זיך אַרויסגעגליטשט פֿון מאַנגערס בלעטער. שיין בייקער וואָס איז באַקאַנט דעם ייִדישן עולם־צושויער מיט זײַן גבֿורה פֿון שפּראַך און ייִדישער דיקציע, שפּילט דעם שטאַפֿעט, דעם לויפֿער. ער האָט צוזאַמענגעהאָפֿטן די מוזיקאַלישע פּיעסע ווי מען העפֿט צוזאַמען אַ שנירל קרעלן.
המן־הרשע דער לאַטיק (דזשאַנאַטאַן בראָודי) וואָס, אַז עס קומט צו זײַן נאָמען שפּײַען אַלע, שפּילט אויס דעם שׂונא־ישׂראל, ווי איינער וואָס דרייט זיך און גרייט זיך, און פֿרייט זיך, ווען עס קומט צום אונטערשטעלן די „זשידעס‟ אַ פֿיסל. אָבער ווען ער שפּילט אויס די ראָלע פֿון מרדכי־הצדיק, דעם ייִד מיטן הויקער, איז ער גאָר דער היפּוך, פֿול מיט אונטערשיסעלעך.
פֿאַסטריגותא (ענדרו קעלץ) דער שנײַדעריונג, איז נישט נאָר פֿאַרליבט אין אסתּרן, נאָר אַ רעוואָלוציאָנער דערצו, גרייט צו באַפֿאַלן דעם מלך אַחשוורוש, וואָס נעמט אים צו זײַן כּלה. דער אַקטיאָר, וועלכער שפּילט אויס די טראַגישע ליבע איז באַגלייבט און מיר לײַדן גרויסע יסורים וואָס זײַן אסתּרל פֿאַרראַט אים און קלײַבט בילכער אויס דעם מלך אַחשוורוש אַנשטאָט אים.
און וויסן זאָלט איר, אַז מאַנגער אַליין איז אויסגעוואַקסן אין אַ שנײַדער־שטוב, וווּ מען האָט פֿאַסטריגעוועט, baste/stitch) אַ מלבוש, אַ חבֿרה שנײַדער־יונגען פֿול מיט קריוודעס און עוולות, גרייט אַנטקעגנשטעלן זיך דער וועלט.
אסתּר־המלכּה (סטייסי האַריס) מיט איר מיידלשן חן, הערט זיך צו צו איר פֿעטער מרדכי הצדיק, וואָס רעדט זי צו צום שידוך מיטן מלך. די אַקטריסע שפּילט עס אויס פֿול מיט חן, מיט אַ גוטער שטימע צום זינגען און איז איבערצײַגנדיק. ושתּי, דעם מלכס ווײַב (רעבעקאַ קערען) וויל זיך נישט אונטערגעבן דעם מלכס קאַפּריזן און באַצאָלט דערפֿאַר מיטן לעבן. זערעש די מכשפֿה (סטאַוו מיישאַר), ויזתא דער רעדאַקטאָר (דזשערעמי רישע) און פֿאַסטריגותאס מאַמע (האַננאַ ד. סקאַט), קענען אפֿשר זײַן פֿרעמד דעם צושויער, אָבער מאַנגער איז געווען אַ מײַסטער אין צונויפֿפֿירן משפּחה־טיפּן, וואָס האָבן וואָס צו זאָגן. מע טאַנצט, מ’דראַפּעט זיך אויף די גלײַכע ווענט, מ’זשעסטיקולירט, מ’האָפּסט, מ’וואַלגערט זיך, און אַלץ מיט גרויס ענטוזיאַזם, מיט יוגנטלעכן התלהבֿות און קינסטלערישן פֿאַרנעם.
איציק מאַנגער אַליין איז באַצייכנט געוואָרן בײַם פֿאָלק ווי די „גאָלדענע פּאַווע‟, און דובֿ זעלצער וואָלט איך געזאָגט, האָט געפֿונען דעם שליסל צו מאַנגערס פּאָעטישע גיטער. לאָזט בשום־אופֿן נישט אַדורך איציק מאַנגערס „מגילה‟ אין דער „פֿאָלקסבינע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.