יענעם ווײַטן זומער בין איך און מײַן בעסטער חבֿר געזעסן אין אַ קאַפֿע, געקײַט נישט־געשמאַקע האַמבורגערס און געזוכט מיט די אויגן חנעוודיקע פֿרויען צווישן די פֿאַרבײַגייער. אַ קליינוווּקסיקע אָפֿיציאַנטקע אין אַ העל-בלויען לײַבל און שמאָלע דזשינס־הויזן, וואָס האָבן געמאַכט בולטער איר הינטן, אָן דעם — אויך נישט מאָגערער. זי האָט מיך נישט גאָר באַגײַסטערט, אָבער מײַן חבר, דאַכט זיך, איז זי יאָ געפֿעלן געוואָרן. ער האָט געכאַפּט מיט איר אַ שמועסל וואָס איז זייער גיך פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ לאַנגן שמועס.
איך געדענק נישט גענוי די פּרטים, נאָר עס געדענקט זיך, אַז זי האָט אונדז דערציילט וועגן איר לערנען זיך קונסט אין עפּעס אַ קאָלעדזש; און אַז זי וווינט אין צענטער פֿון תּל-אָבֿיבֿ, טאַקע נישט ווײַט פֿון דעם קאַפֿע. זי האָט נאָך אונטערגעשטראָכן, אַז זי וווינט מיט איר חבֿר.
דער שמועס האָט זיך צוביסלעך אָפּגעקילט. מע האָט געהאַלטן שוין בײַם „זײַ געזונט‟, און פּלוצעם טוט איר מײַן חבֿר אַ זאָג: „איך האָב זיך ערשט געכאַפּט אַז איך ווייס נישט ווי דו הייסט‟. „איך הייס רים‟ — האָט זי געענטפֿערט.
דער פֿרעמדער נאָמען און דער לײַכטער אַקצענט וואָס האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין אירע ווערטער, האָבן אַרויסגערופֿן די אייביקע ישׂראלדיקע פֿראַגע: „פֿון וואַנען שטאַמסטו?‟
דער ענטפֿער איז געווען: „איך בין אַן אַראַבערין.‟
איך מוז מודה זײַן, אַז איך בין פֿאַרבליבן געפּלעפֿט; איך האָב קיינמאָל נישט געהערט פֿריִער וועגן אַן אַראַבערין וואָס אַרבעט אין אַ קאַפֿע און וווינט מיט איר חבֿר.
איך ווייס נישט הײַנט וויפֿל אַראַבערינס וווינען מיט זייערס אַ חבֿר אין תּל-אָבֿיבֿ, אָבער איינס ווייס איך יאָ — אַ סך אַראַבער און אַראַבערינס אַרבעטן אין תּל-אָבֿיבֿ. אויב מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז דאָס געווען אַ זעלטענע זאַך, כּמעט אַן אוממעגלעכע דערשײַנונג, טרעפֿט מען הײַנט אַראַבער אויף יעדן שריט און טריט: אין די בענק, סופּערמאַרקן, אַפּטייקן, קליידונג־קלייטן, קאַפֿעען און רעסטאָראַנען. צוריקגעשמועסט, אַלע מײַנע חבֿרים אַרבעטן אָדער האָבן געאַרבעט מיט אַראַבער. איך אַליין האָב צוויי אַראַבישע קאָלעגן בײַ דער אַרבעט.
ווער האָט זיך געקענט פֿאָרשטעלן מיט קנאַפּע דרײַצן יאָר צוריק אַזאַ אײַנגלידערונג פֿון די אַראַבער אינעם ישׂראלדיקן אַרבעט-מאַרק?
אָנהייב אָקטאָבער, יאָר 2000 זענען פֿאָרגעקומען די שווערסטע צוזאַמענשטויסן צווישן ייִדן און אַראַבער אין ישׂראל. איין ייִד איז דערהרגעט געוואָרן אויף דעם שאָסיי צווישן תּל-אָבֿיבֿ און חיפֿה, און דרײַצן אַראַבער זענען געהרגעט געוואָרן דורך דער פּאָליציי אין די שטורעמיקע דעמאָנסטראַציעס קעגן שרונס באַזוך אויף הר-הבית.
עס האָט אויסגעזען, אַז דאַס ממילא־שלאַבעריקע צוזאַמענלעבן צווישן ייִדן און אַראַבער אין ישׂראל נעמט אָן אַ געפֿערלעכן כאַראַקטער. אין דער מעדיאַ האָט מען זיך געאײַלט אָנזאָגן, אַז עס קומען נײַע צײַטן. די צײַט פֿון מעסיקייט און טאָלעראַנץ איז אַריבער און פֿון איצט אָן וועלן די עקסטרעמיסטן באַשטימען די צוקונפֿט.
און טאַקע, אויב מע ציט די ידיעות בלויז פֿון דער מעדיאַ, שאַפֿט זיך אַ שווערער אײַנדרוק: די דעפּוטאַטן פֿון די אַראַבישע פּאַרטייען פֿאַרמעסטן זיך ווער עס וועט איבערשטײַגן די אַנדערע מיט מער עקסטרעמע אַרויסזאָגן, מער באַליידיקנדיקע אַרויסטרעטן קעגן דער מדינה.
די אַראַבישע אינטעלעקטואַלן זענען אויך שטעקן געבליבן אין די אַמאָליקע, „גוטע‟, פּאַן-אַראַבישע, נאַציאָנאַליסטישע צײַטן. מעסיקייט, טאָלעראַנץ און פֿאַרשטאַנד פֿאַרן צווייטן, דעם ייִד, איז נישט קיין גאַנגבאַרע סחורה בײַ זיי. די אַראַבישע באַפֿעלקערונג איז נישט צופֿרידן מיט אירע רעפּרעזענטאַנטן אין דער כּנסת. אַ קלאָרער באַווײַז דערויף איז זייער פּאָליטישער גלײַכגילט און די קאַרגע באַטייליקונג אין די וואַלן.
עס דאַכט זיך, אַז די אַראַבישע באַפֿעלקערונג איז מער פּראַקטיש און טאָלעראַנט ווי אירע מנהיגים. די אַראַבער פֿון אַ גאַנץ יאָר ווילן קריגן אַ בעסערע בילדונג, זיך לערנען אין די אוניווערסיטעטן, זיך אַרויפֿאַרבעטן — מיט איין וואָרט: לעבן און מאַכן אַ לעבן.
נישט געקוקט אויף דעם שווערן יאָך פֿון דער בלוטיקער געשיכטע אין ארץ-ישׂראל, האָט דער אַראַבישער יחיד מער-ווייניקער אָפּגעזוכט די פֿאָרמולע, וואָס דערמעגלעכט אים צו לעבן ווי אַ מינדערהײט אין דער ייִדישער מדינה; נאָך מער, פֿאַראַן אַראַבער וואָס דינען אין צה”ל. אַנומלטן האָבן אַ הונדערט יונגע קריסטלעכע אַראַבער עפֿנטלעך אויסגעדרוקט זייער ווילן צו דינען אין אַרמיי און גראָד אין קעמפֿן-איינהייטן.
דזשובראַיל נאַדעף, אַן אָרטאָדאָקסישער גלח פֿון נצרת, האָט געשטיצט די איניציאַטיוו און איז מסכּים צו בענטשן די צוקונפֿטיקע סאָלדאַטן. דער אָפֿענער אַרויסטריט פֿון דעם גלח פֿאַר רעקרוטירונג אין צה”ל האָט צערודערט די אַראַבישע מעדיאַ און אַרויסגערופֿן אויף אים שאַרפֿע אַטאַקן.
צה”ל גיט איבער, אַז אַרום פֿופֿציק קריסטלעכע אַראַבער רעקרוטירן זיך שאַ, שטיל יעדעס יאָר. צו דער צאָל מוז מען צוגעבן די דרוזן, בעדוּינער און מוסולמענער, וואָס טראָגן דעם צה”לישן מונדיר. זיי זענען נישט פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין פֿאַרברענטע ציוניסטן, נאָר פֿון דעסטוועגן, פֿאַרשטייען זיי, אַז ישׂראל איז נישט קיין צײַטווײַליקע דערשײַנונג אין מיטל-מיזרח. זיי האָבן געמאַכט שלום מיט איר עקזיסטענץ און אַצינד טראַכטן זיי, ווי זיי קענען „זיך אַראַנזשירן‟ און געניסן פֿון די מעלות וואָס דאָס לעבן אין ישׂראל קען צושטעלן.
דאָס אַלץ מיינט נישט, אַז עס איז דאָ אַ מאַנגל אין קסענאָפֿאָביע, אומטאָלעראַנץ און שׂנאה. אָבער אַז מע שרײַבט נאָר וועגן די פּראָבלעמען, פֿאַרזעט מען די פּאָזיטיווע אַספּעקטן.
צי וועט דער פּראָצעס אָנגיין ווײַטער? יאָ, אויב די ייִדן וועלן אַרײַננעמען די אַראַבער אין זייער טאָג־טעגלעכקייט, וועט ער אָנגיין מיט אַ פֿולן ברען. כּדי צו פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס אַזוי, לאָמיר אַ קוק טאָן אויף זיך אַליין.
אין אַלע לענדער, וווּ מע האָט אָנגענומען די ייִדן אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט אָדער לכל-הפּחות זיי נישט מיאוס אָפּגעשטויסן, האָבן זיך די ייִדן זייער גיך אײַנגעגלידערט אין דער סבֿיבֿה און עס האָט נישט געדויערט מער ווי איין-צוויי דורות ביז מע האָט געהערט וועגן אַסימילאַציע און געמישטע חתונות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.