בערלין, דײַטשלאַנד. — דער דײַטשישער אַקטיאָר קריסטיאַן בערקעל, דער מיטשטיצער פֿונעם ייִדישן קינאָ-פֿעסטיוואַל אין בערלין און פּאָטסדאַם, האָט געמאָלדן אין אַן אינטערוויו דער אָרטיקער צײַטונג „מערקישע אַלגעמײַנע‟, אַז צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס, פֿאַרשפּרייטן זיך הײַנט אינעם לאַנד פֿאַשיסטישע שטימונגען. דער 55־יאָריקער אַקטיאָר האָט דערקלערט, אַז אַחוץ בפֿירושע נעאָ-נאַציס, טרעפֿט זיך אויך אַ ווייכערער „סאַלאָן-אַנטיסעמיטיזם‟, וועלכער ווערט אָנגענומען אין ברייטערע הויפּט-שטראָמיקע קרײַזן. די אַנטיסעמיטן פֿון דעם סאָרט נוצן אויס קריטישע אַרגומענט קעגן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק ווי אַ תּירוץ צו פֿאַרדאַמען די ייִדן בכלל.
בערקעל האָט געגעבן דעם אינטערוויו דעם 28סטן אַפּריל, אַ טאָג פֿאַרן אָנהייב פֿונעם קינאָ־פֿעסטיוואַל. אַזעלכע קולטור-אונטערנעמונגען העלפֿן דעם אַלגעמיינעם עולם צו באַקענען זיך מיט פֿאַרשיידנאַרטיקע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן און מיט פֿאַרשיידענע קוקווינקלען צווישן ייִדן. דאָס העלפֿט אינעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם. בערקעל האָט צוגעגעבן, אַז דער פֿאַקט, וואָס הײַנט אין דײַטשלאַנד עקזיסטירט אַ לעבעדיקע ייִדישע קהילה, נישט געקוקט אויף דעם נאַצי-גענאָציד, איז גופֿא אַ גרויסער נצחון.
בערקעלס מאַמע איז אַנטלאָפֿן פֿונעם נאַצי־דײַטשלאַנד. ער האָט באַטאָנט, אַז זײַן טאַטע, אַ מיליטערישער דאָקטער, באַציט זיך באַזונדערס סענסיטיוו סײַ צו דער היסטאָרישער שׂינאת-ישׂראל, סײַ צו די הײַנטצײַטיקע אַנטי-ייִדישע שטימונגען. אויף דער וועבזײַט פֿונעם קינאָ-פֿעסטיוואַל, דערקלערט בערקעל, אַז ער געהערט צום ייִנגערן דור מענטשן, וואָס ווילן וויסן מער וועגן אַנטיסעמיטיזם. ביידע זײַנע עלטערן האָבן אים אָבער צו ווייניק דערציילט דערציילן, ווײַל זיי האָבן נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם דאָזיקן שווערן און טראַגישן ענין.
דער יערלעכער בערלינער ייִדישער קינאָ-פֿעסטיוואַל ווערט שוין דורכגעפֿירט צום 19טן מאָל. די אונטערנעמונג ווערט אָנגעפֿירט דורך ניקאָלאַ גאַלינער, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין ענגלאַנד בײַ אַ משפּחה, וועלכע איז אַנטלאָפֿן פֿונעם נאַצי-דײַטשלאַנד. אינעם עפֿענונג-קאָנצערט האָבן זיך באַטייליקט דעם ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר, יעקבֿ הדס-הענדעלסמאַן, און דער דײַטשישער מיניסטער פֿון קולטור, בערנד נוימאַן.
בעת דעם פֿעסטיוואַל פּלאַנירט מען צו ווײַזן 33 פֿילמען פֿון 8 לענדער און צו באַלוינען די געווינער מיט אַ צאָל פּריזן, ווי אויך דורכצופֿירן דיסקוסיעס מיט די רעזשיסאָרן, אַקטיאָרן און אַנדערע געסט. די אונטערנעמונג ווערט געשטיצט דורך דער דײַטשישער רעגירונג, דורך דעם דײַטשישן „צענטראַלן ייִדישן ראַט‟ און דורך אַ צאָל אָרטיקע פֿונדאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.