בודאַפּעשט, אונגערן. — דער „ייִדישער וועלט-קאָנגרעס‟, וועלכער נעמט זיך צוזאַמען יעדע פֿיר יאָר אין פֿאַרשיידענע לענדער, פּלאַנירט דורכצופֿירן דעם הײַיאָריקן צוזאַמענטרעף דעם 5טן מײַ אין בודאַפּעשט, נישט געקוקט אויף די סתּירותדיקע שטימונגען אינעם לאַנד. מיט אַ חודש פֿריִער, האָט דער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע, ראָנאַלד לאַודער, אָפֿן באַשולדיקט דעם אונגערישן פּרעמיער-מיניסטער אינעם אָנפֿירן מיט „אַ קסענאָפֿאָביש לאַנד מיט וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם‟.
פֿונדעסטוועגן, האָט לאַודער געמאָלדן, אַז דווקא צוליב דעם האָט ער באַשלאָסן דורכצופֿירן דעם הײַיאָריקן צוזאַמענפֿאָר פֿון דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע אין אונגערן. דער אונגערישער פּרעמיער-מיניסטער, וויקטאָר אָרבאַן, האָט שוין אָנגענומען די פֿאַרבעטונג אויפֿצוטרעטן בעת דער מאָלצײַט בײַם אָנהייב פֿון דער אונטערנעמונג.
מיכאל טײַדיגסמאַן, אַ וואָרטזאָגער פֿונעם „ייִדישן וועלט-קאָנגרעס‟, האָט דערקלערט, אַז לאַודערס קריטישע ווערטער קעגן אָרבאַנען זענען נישט „אַ פּאַטש אין פּנים‟, נאָר אַ פֿאָרלייג אויסצוהערן, וואָס דער פּרעמיער-מיניסטער וועט זאָגן בעת זײַן אויפֿטריט פֿאַרן אַ ייִדישן עולם.
אַ טייל באַקאַנטע באַטייליקטע אינעם פּלאַנירטן צוזאַמענפֿאָר האַלטן אָבער, אַז לאַודערס באַשולדיקונג שפּיגלט נישט אָפּ דעם רעאַלן קאָמפּליצירטן מצבֿ אינעם לאַנד. אַבֿרהם פֿאָקסמאַן, דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿון דער אַמעריקאַנער „אַנטי-דעפֿאַמאַציע-ליגע‟, האָט געזאָגט דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע איז צופֿרידן מיט דעם, וואַס אָרבאַן האָט לעצטנס אַרויסגעוויזן אַ זאָרג וועגן דער פּראָבלעם פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אונגערן און האָט אָנגעהויבן צו פֿאַרבעסערן די סיטואַציע.
דעם 4טן אַפּריל, האָט לאַודער — אַן אַמעריקאַנער מיליאַרדער, וועלכער האָט געירשנט אַ גרויסע קאָסמעטיק-פֿירמע, געדינט אַמאָל ווי אַן אַמבאַסאַדאָר אין עסטרײַך און איז לאַנג באַקאַנט ווי אַ ייִדישער פֿירער — פֿאַרעפֿנטלעכט אַ שאַרפֿן קריטישן אַרטיקל קעגן דעם אונגערישן פּרעמיער-מיניסטער, וווּ ער האָט אים באַשולדיקט אין „פֿאַרלירן דעם פּאָליטישן קאָמפּאַס‟ און אין ווערן „אַ נאַציאָנאַליסטישער אידעאָלאָג‟.
אַ צאָל אונגערישע פּאָליטיקער, אַרײַנגערעכנט די מיטגלידער פֿון אָרבאַנס פּאַרטיי אָדער פֿון זײַנע מיניסטאָרן, האָבן זיך לעצטנס שאַרף נעגאַטיוו אָפּגערופֿן וועגן ייִדן און ציגײַנער. אַ הויך-ראַנגיקער רעגירונג-פֿאָרשטייער, וועלכער האָט נישט געוואָלט אויסזאָגן זײַן נאָמען, האָט געמאָלדן, אַז לאַודערס ווערטער, וועלכער ער האָט פּלוצעם אַרויסגעזאָגט גלײַך נאָך דעם, ווי דער פּרעמיער-מיניסטער האָט מסכּים געווען אויפֿצוטרעטן אינעם „ייִדישן קאָנגרעס‟, האָבן ממש שאָקירט די אונגערישע מלוכישע פֿירער.
אין אַ שמועס מיטן ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, האָט דער דאָזיקער מלוכה־פֿאָרשטייער קריטיקירט לאַודערס אַרטיקל און צוגעגעבן, אַז אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט נישט קיין שײַכות צו דער רעגירונג, „קאָן זאָגן וואָס זי וויל און נישט זאָרגן זיך וועגן אמתע פֿאַקטן‟. נישט געקוקט אויף דעם אויפֿשטײַג פֿון נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען אינעם לאַנד, איז די אונגערישע רעגירונג, לויט זײַן מיינונג, נישט אַן אַנטיסעמיטישע.
טאַמאַש פֿעלעגי, אַ געוועזענער מיניסטער, האָט באַמערקט, אַז ראַסיזם ווערט פּאָפּולער אין אונגערן. אָרבאַנס רעגירונג האָט אָבער, לויט אים, אויפֿגעטאָן דווקא מער, ווי די פֿריִערדיקע, קעגן קסענאָפֿאָביע. אַדרבה, די איצטיקע רעגירונג שטיצו אַקטיוו דעם ווידערגעבורט פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם לאַנד.
די דריט-פּאָפּולערע פּאַרטיי אין אונגאַרן, „יאָביק‟, איז באַקאַנט ווי אַ פּראָ-פֿאַשיסטישע. לויט דער „אַנטי-דעפֿאַמאַציע-ליגע‟, זענען די אַנטיסעמיטישע שטימונגען פֿאַרשפּרייט צווישן 63 פּראָצענט פֿון דער אונגערישער באַפֿעלקערונג. די אָרטיקע ייִדן באַטאָנען אָבער, אַז זיי פֿילן זיך נישט פֿאַרזאָרגט וועגן מעגלעכע פֿיזישע אַטאַקן. פּעטער פֿעלדמײַער, דער ראָש פֿון דער ייִדישער קהילה אין אונגערן, האָט געטענהט, אַז די אַטמאָספֿער אינעם לאַנד איז געוואָרן גיפֿטיק. ס׳איז אומבאַקוועם צו זײַן אַ ייִד אָדער אַ ציגײַנער צוליב העסלעכע רעדעס.
הרבֿ שלמה קאָוועס, אַ ליובאַוויטשער שליח אין בודאַפּעשט, האָט געזאָגט, אַז ער פֿילט זיך רויִקער אין אונגערן ווי אין פֿראַנקרײַך, וווּ ער האָט פֿריִער געוווינט, וואָס שײַך דעם פֿיזישן גוואַלד קעגן ייִדן. ס׳איז אָבער עקלדיק צו הערן אויף דער גאַס אַזעלכע אויסדרוקן, ווי „אַ שמוציקער ייִד‟ און „אונגערן געהערן צו די מאַדיאַרן‟.
צוליב דעם סתּירותדיקן מצבֿ, ווערט דער צווייטאָגיקער צוזאַמענפֿאָר פֿונעם „ייִדישן וועלט-קאָנגרעס‟, אַזוי צי אַזוי, זיכער פֿאָרקומען אין אַ דראַמאַטישן גײַסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.