יאַריד ווײַזט מעלות פֿון קליינע קהילות

Fair Shows Merits of Small Communities

אָסטין, טעקסאַס — אַ פֿײַנע שטאָט פֿאַר אַ ייִנגל מיט זײַן בערעלע
Judah Harris
אָסטין, טעקסאַס — אַ פֿײַנע שטאָט פֿאַר אַ ייִנגל מיט זײַן בערעלע

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 29, 2013, issue of May 24, 2013.

בעת אַ וואַקסנדיקע צאָל ייִדן אין די גרויסע שטעט גייען אַרום אָן אַרבעט, אָדער ראַנגלען זיך מיט די הויכע הוצאָות פֿון שׂכר־לימוד און הײַזער, האָבן די אָרגאַניזירער פֿון אַ שטעלע-יאַריד אין מאַנהעטן פֿאַראַכטאָגן זונטיק, באַקענט דעם ברייטן עולם מיט די פֿאָרשטייער פֿון 41 קלענערע, ווייניקער־באַקאַנטע ייִדישע קהילות איבער אַמעריקע. דער ציל — איבערצוצײַגן די ייִדישע פּאָרפֿעלקער און משפּחות זיך איבערצוקלײַבן צו זיי.

מער ווי 1,300 מענטשן האָבן באַזוכט דעם יאַריד. הגם די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟ („אָו־יו‟), האָט דער עולם אַרײַנגענומען ייִדן פֿון אַלע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, האָט דערקלערט חנה פֿאַרקאַס, די קאָאָרדינירערין פֿון דער אונטערנעמונג. דער עולם איז אויך געווען היפּש ייִנגער ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן.

„מיר האָבן הײַיאָר געמאַכט אַ סך מער רעקלאַמע דורך דער אינטערנעץ־מעדיאַ, און דאָס האָט אַרײַנגעבראַכט אַ גרעסערן פּראָצענט ייִנגערע פּאָרפֿעלקער און משפּחות,‟ האָט פֿאַרקאַס דערקלערט. „דאָס איז אַ גרויסע מעלה, ווײַל דער ייִנגערער דור איז געוויינטלעך גרייטער זיך אַריבערצוקלײַבן אין אַ נײַער שטאָט, ווי דער עלטערער.‟

יעקבֿ רוסאַנאָוו, אַ יונגער טאַטע פֿון זעקס קינדער, וועלכער וווינט אין פֿערלאָן, ניו־דזשערזי, איז געווען איינער פֿון די באַזוכער אויפֿן יאַריד. הגם רוסאַנאָוו האָט אַ שטעלע — זײַן פֿירמע פֿאַרקויפֿט שפּײַז־פּראָדוקטן פֿון אויסלאַנד דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — האָט ער געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז די הוצאָות אין פֿערלאָן זענען פּשוט צו הויך.

„יעדעס יאָר האַלט מען אין איין העכערן די פֿאַרמעגן־שטײַערן, און אַ גרויסער פּראָצענט דערפֿון גייט פֿאַר די עפֿנטלעכע שולן, וואָס האָבן בכלל נישט קיין שײַכות צו אונדז,‟ האָט רוסאַנאָוו געזאָגט. זײַנע קינדער לערנען זיך אין די פּריוואַטע, אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן.

די פֿאָרשטייערין פֿון פּראָווידענס, ראָוד־אײַלאַנד, ווערט באַלייט פֿון אַ ליכטטורעם — אַ באַקאַנטער סימבאָל פֿונעם שטאַט
Judah Harris
די פֿאָרשטייערין פֿון פּראָווידענס, ראָוד־אײַלאַנד, ווערט באַלייט פֿון אַ ליכטטורעם — אַ באַקאַנטער סימבאָל פֿונעם שטאַט

רעדנדיק מיט די פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַרשידענע קהילות, האָט אויף רוסאַנאָוו געמאַכט אַן אײַנדרוק ווי וואָלוול זענען די הײַזער בײַ זיי, אין פֿאַרגלײַך מיט די הײַזער אין דער פֿערלאָן־געגנט. אין דזשעקסאָנוויל, פֿלאָרידע, למשל, קען מען געפֿינען אַ הויז מיט דרײַ שלאָפֿצימערן פֿאַר 150,000$. אין פֿערלאָן און אַנדערע שטעטלעך נאָענט צו ניו־יאָרק, זענען די ביליקסטע הײַזער צוויי מאָל אַזוי פֿיל.

די קהילה־פֿאָרשטייער אויפֿן יאַריד האָבן געטאָן פֿאַרשידענע זאַכן, כּדי צוצוציִען נײַע אײַנוווינער. דזשודי וואַלאַס, וועלכע האָט רעפּרעזענטירט לויִוויל, קענטאָקי, האָט במשך פֿונעם טאָג אויסגעטיילט פֿלעשער בראָנפֿן און אויטענטישע בייסבאָל־הילקעס פֿון דער פֿירמע, Louisville Slugger.

„אין לויִוויל געפֿינען זיך איצט 2,000 ליידיקע שטעלעס, און איך וועל נישט אַהיימפֿאָרן, ביז איך וועל נישט צושטעלן מענטשן פֿאַר זיי אַלע,‟ האָט זי דערקלערט מיט אַ שמייכל.

„איך האָב אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז עס וווינען ייִדן אין לויִוויל,‟ האָט רוסאַנאָוו באַמערקט. ער האָט עס אָבער נישט באַטראַכט ווי אַן ערנסטע מעגלעכקייט, ווײַל די צאָל פֿרומע ייִדישע משפּחות איז דאָרט צו קליין. „כ׳האָב זיך דערוווּסט, אַז אין דער אָרטאָדאָקסישער שיל היטן שבת בלויז אַרום פֿערציק ייִדן, און דאָס איז נישט אַ גענוג אַקטיווע ייִדישע קהילה פֿאַר מײַנע קינדער,‟ האָט ער געזאָגט.

די פֿאָרשטייער פֿון מילוואָקי, וויסקאָנסין און דזשעקסאָנוויל, פֿלאָרידע האָבן אָבער יאָ געמאַכט אַ גוטן אײַנדרוק אויף אים, און ער האָט בדעה זיי צו באַזוכן במשך פֿון די קומעדיקע פּאָר חדשים.

אַריאל קלעסציק, דער פֿאָרשטייער פֿון ריטשמאָנד, ווירדזשיניע, האָט געהאַט אַן אַנדער מיטל צוצוציִען נײַע אײַנוווינער: בײַ די משפּחות וואָס זייער הכנסה איז נידעריק, וועט די אָרטיקע טאָגשול בכלל נישט רעכענען קיין שׂכר־לימוד. קלעסציק, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אין ריטשמאָנד און האָט פֿאַראַיאָרן זיך אומגעקערט אַהין, האָט געזאָגט, אַז ער האָט שטאַרק ליב די קהילה. „דאָ האָבן די מענטשן געוואַלדיקע מידות.‟

אַ גרופּע עקספּערטן פֿונעם „אָו־יו‟ העלפֿט מענטשן פֿאַרבעסערן זייער „קוריקולום וויטע‟
Efraim Tabak
אַ גרופּע עקספּערטן פֿונעם „אָו־יו‟ העלפֿט מענטשן פֿאַרבעסערן זייער „קוריקולום וויטע‟

ווי אַ בײַשפּיל, האָט ער דערמאָנט עפּעס וואָס איז אים שטאַרק געפֿעלן געוואָרן אין דער אָרטיקער ייִדישע טאָגשול, „רודלין תּורה־אַקאַדעמיע‟. „יעדעס מאָל, וואָס עס קומט אַרײַן אין קלאַס אַ רבֿ, לערער אָדער אַן אַנדערער דערוואַקסענער, שטעלן זיך אויף די תּלמידים,‟ האָט קלעסציק געזאָגט. „אַ מאָל דאַרף מען די קינדער דערמאָנען, אָבער אַלע ווייסן, אַז דאָס איז דער צוגאַנג פֿון דער שול.‟

דער יאַריד, וואָס קומט פֿאָר יעדע צוויי יאָר, באַקענט דעם עולם אויך מיט קלענערע ייִדישע קהילות אין דער ניו־יאָרקער געגנט, וואָס זענען נישט אַזוי גוט־באַקאַנט, אַזוי ווי טשערי־היל, דרום־ניו־דזשערזי, און ניו־הייווען, קאָנעטיקאָט.

הגם דער יאַריד האָט זיך שוין געענדיקט, וועלן די אָרגאַניזירער ממשיך זײַן די אַרבעט דורך זייער וועבזײַט. „יעדע פּאָר וואָכן וועלן מיר באַנײַען די רשימה פֿון שטעלעס, וואָס געפֿינען זיך אין די ייִדישע קהילות איבערן לאַנד, און מיר וועלן מעלדן יעדעס מאָל, וואָס אַ קהילה אָרגאַניזירט אַ שבתון פֿאַר מחוץ־שטאָטישע,‟ האָט פֿאַרקאַס דערקלערט.

אַ שבתון איז געוויינטלעך דער בעסטער אופֿן ווי אַזוי מאַן־און־ווײַב קענען באַשליסן, צי די קהילה איז פּאַסיק פֿאַר זיי. במשך פֿונעם גאַנצן שבת דאַוונט מען אין דער אָרטיקער שיל און מ׳עסט די סעודות צוזאַמען מיט אַן אָרטיקער ייִדישער משפּחה — אַ גאָלדענע געלעגנהייט זיך נאָכצופֿרעגן וועגן די טאָגשולן, אַרבעט־מעגלעכקייטן און אַנדערע שײַכותדיקע ענינים.

זינט דעם ערשטן יאַריד אין יאָר 2008, איז די גרעסטע הצלחה בײַ זיי געווען אין שײַכות מיט טשערי־היל. אַ דאַנק די יאַרידן, האָבן זיך דאָרט שוין באַזעצט אַכט פּאָרפֿעלקער.

„טשערי־היל איז אַ מוסטער פֿון אַ קהילה, וואָס קאָן צוציִען די יונגע ייִדישע משפּחות, ווײַל זי געפֿינט זיך נאָענט צו פֿילאַדעלפֿיע און אַנדערע שטעט אין דרום־ניו־דזשערזי, וואָס האָבן אַ סך שטעלעס,‟ האָט פֿאַרקאַס געזאָגט. די קהילה אין טשערי־היל טוט אָבער מער ווי דאָס: אינעם ערשטן יאָר רעכנט די טאָגשול די משפּחות בלויז אַ העלפֿט פֿונעם שׂכר־לימוד, און די סינאַגאָגע־מיטגלידערשאַפֿט איז אין גאַנצן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. דאָס אַליין איז שוין גענוג צוצוציִען פּאָרפֿעלקער, וואָס מוטשען זיך, נעבעך, מיט די האַרבע הוצאָות פֿונעם גרויסן שטאָטישן לעבן.