ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 30

News Highlights: April 30

די נײַע סובמאַרינע „דאָלפֿין‟
Getty Images
די נײַע סובמאַרינע „דאָלפֿין‟

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 30, 2013, issue of May 24, 2013.

שומרון. אַבֿיתּר באָראָװסקי, אַ טאַטע פֿון פֿינף קינדער, איז דערשטאָכן געװאָרן אױף טױט אױף אַן אױטאָבוס־סטאַנציע בײַם קרײצװעג תּפּוח. דער פּאַלעסטינער טעראָריסט איז נײטראַליזירט און האָספּיטאַליזירט געװאָרן אין פּתּח־תּיקװה. די מיליטערישע צװײַג פֿון „פֿאַטאַך‟, די „בריגאַדע פֿון אַל־אַקצאַ־מאַרטירער‟, האָט גענומען אױף זיך דאָס אַחריות פֿאַרן אינצידענט.


צה”ל. אין עזה־פּאַס איז פֿאַרניכטעט געװאָרן אַ טעראָריסט־סאַלאַפֿיסט, וואָס איז פֿאַראַנטװאָרטלעכט פֿאַר דער ראַקעטן־באַשיסונג אױף אילת מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק. פּרעמיער בנימין נתניהו: „מיר װעלן ממשיך זײַן צו פֿאַרטײדיקן אונדזערע בירגער‟. ישׂראל האָט דורך די עגיפּטישע פֿאַרמיטלער געמאָלדן די „כאַמאַס‟־פֿירער, אַז „ישׂראל װעט מער ניט לײַדן דעם ‘ראַקעטן־רעגנדל’ ניט מצד דעם עזה־פּאַס און ניט מצד סיני‟.


קאַטאַר. פּרעמיער בן־כאַליפֿאַ אַ־טאַני: „די ליגע פֿון די אַראַבישע לענדער איז גרײט אונטערהאַלטן דעם פּלאַן פֿונעם שטחים־אױסטױש אין די ראַמען פֿונעם שלום־הסכּם צװישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. די „ליגע‟ לײגט פֿאָר אַ פֿולע דיפּלאָמאַטישע נאָרמאַליזאַציע מיט ישׂראל, אָבער נאָר אױב ישׂראל װעט אָפּטרעטן צו די גרענעצן פֿון 1967.‟


דמשׂק. אַ פֿאַרמינירטער אױטאָ איז אױפֿגעריסן געװאָרן לעבן דעם בנין פֿון אינערן־מיניסטעריום. צום װײניקסטן 15 דערהרגעטע און 70 פֿאַרװוּנדעטע.


דײַטשלאַנד. די נײַע סובמאַרינע „דאָלפֿין‟ איז אַראָפּגעלאָזט אין ים און איבערגעגעבן געװאָרן דער ישׂראלדיקער מיליטער־קאָמיסיע אין דער שטאָט קיל. לױט אַלע אָנווײַזונגען איז די דאָזיקע סובמאַרינע פֿון די מאָדערנסטע אױף דער װעלט.


כּנסת. דער ראָש פֿון דער קאָאַליציע, יריבֿ לעװין: „מיר האָבן אױסגעאַרבעט אַ פּאַסיקן װאַריאַנט פֿונעם פֿאָלקס־רעפֿערענדום־געזעץ. איך האָף, אַז ס’רובֿ כּנסת־מיטגלידער װעלן אונטערהאַלטן דעם נײַעם געזעץ‟.


ירושלים. אין עלטער פֿון 88 יאָר איז ניפֿטר געװאָרן דער לעגענדאַרער לאַנדסװירשאַפֿט־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל אין יצחק שמירס רעגירונג, פּסח גרופּער, ז”ל.


תּל־אָבֿיבֿ. „באַנק־ישׂראל‟ האָט געקױפֿט 70 מיליאָן דאָלאַר, כּדי אָפּשטעלן דאָס װײַטערדיקע פֿאַלן פֿון דער אַמעריקאַנער וואַלוטע, אין פֿאַרגלײַך צום שקל. די צאָל אַרבעטסלאָזע אין ישׂראל אין חודש מאַרץ איז געפֿאַלן אױף 0,1% און באַטרעפֿט איצט 6,5% פֿון דער אַרבעטס־פֿעיִקער באַפֿעלקערונג.


קאַיִר: „מיר זײַנען באַזאָרגט פֿון דער כּװנה פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן אַרײַנמישן זיך אינעם מיליטערישן קאָנפֿליקט אין סיריע‟.


רױם. דער נײַער איטאַליענישער פּרעמיער ענריקאָ לעטאַ האָט פֿאַרזיכערט דעם ישׂראלדיקן מדינת־פּרעזידענט שמעון פּערעס, אַז „איטאַליע װעט אָנטײל נעמען אין דעם אַקטיװן סטימולירן דעם שלום־פּראָצעס צװישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער‟.


מאָסקװע. צװײ ראַקעטן „ערד־לופֿט‟ זײַנען אױסגעשאָסן געװאָרן אינעם רוסישן פּאַסאַזשירן־עראָפּלאַן מיט 154 פּאַסאַזשירן, ניט װײַט פֿון דמשׂק. די רוסישע פּילאָטן האָבן אױסגעמיטן די קאַטאַסטראָפֿע.


איראַן. שטעלפֿאַרטרעטער פֿון „כעזבאָלאַ‟־פֿירער, שײך נאַיִם קאַסאַם, בעת אַ קאָנפֿערענץ אין טעהעראַן: „ישׂראל איז דער מקור פֿון אַלע צרות. אָבער מיר זיצן אין אַ לאָקערונג‟.