ס‘איז דאָ אַן ענין, צי אַ טעמע, וועלכע אינטערעסירט מיך שוין לאַנג, אָבער איך האָב ניט קיין צײַט — אָדער אפֿשר פֿויל איך זיך — צו טאָן עפּעס, כּדי דעם דאָזיקן ענין „פֿאַרמאַכן‟. אין דער אמתן, איז עס לחלוטין ניט קיין גרויסע טעמע. מער — אַ טעמעלע. די רייד גייט וועגן דער פֿראַגע, ווי אַזוי דער „פֿאָרווערטס‟ און זײַן סבֿיבֿה פֿלעגן אָפּמערקן דעם ערשטן מײַ און, ווען האָבן זיי אויפֿגעהערט עס צו טאָן, און גענומען פֿײַערן דעם „אַרבעטער-טאָג‟, „לייבאָר-דיי‟?
דער טאָג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פּראָלעטאַרישער סאָלידאַריטעט איז אַ מאָל געווען אַ גרויסער יום-טובֿ פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟-עולם. אָט ווי עס האָט וועגן דעם געשריבן הלל ראָגאָף, דער וועטעראַן פֿון דער צײַטונג און איר רעדאַקטאָר אין די יאָרן 1951–1962:
„די ייִדישע אַרבעטער-באַוועגונג, די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי-ברענטשעס און יוניאָן-לאָקאַלן פֿלעגן דעמאָלט דורכפֿירן גרויסע ערשטע-מײַ-דעמאָנסטראַציעס אויף דער איסט-סײַד. אָנהייבן פֿלעגט זיך די פּאַראַדן אויף ראָטגערס-סקווער, אין פֿראָנט פֿון „פֿאָרווערטס‟-בנין. דאָס איז טיילווײַז געווען אויס באַקוועמלעכקייט, ווײַל דער סקווער האָט געהאַט פּלאַץ אויסצושטעלן די ׳רעגימענטן׳, טיילווײַז איז דאָס אויך געווען אַלס אָנערקענונג צום ׳פֿאָרווערטס׳ — די צײַטונג פֿון דער באַוועגונג און די צײַטונג, וועלכע האָט געגעבן די נויטיקע ׳פּובליסיטי׳ און מעגלעך געמאַכט, אַז אַזוינע דעמאָנסטראַציעס זאָלן אַראַנזשירט ווערן.‟
איך ציטיר עס, פֿאַרשטייט זיך, פֿון ראָגאָפֿס בוך „דער גײַסט פֿון ׳פֿאָרווערטס׳‟, וואָס איז אַ וויכטיקער קוואַל פֿאַר יעדערן, וואָס אינטערעסירט זיך מיט דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג.
די טראַדיציע פֿון דעם 1טן מײַ קומט אַרויס פֿון אַמעריקע, פֿון די טרויעריקע געשעענישן אין טשיקאַגאָ, דעם 4טן מײַ 1886. דעמאָלט האָבן זיך אין דעם היימאַרקעט-פּלאַץ צונויפֿגעזאַמלט די אַרבעטער, וועלכע האָבן געפֿאָדערט אַ נאָרמאַלן, אַן 8־שעהיקן, אַרבעטס-טאָג. אָבער עמעצער האָט געוואָרפֿן אין דער פּאָליציי אַ באָמבע, און די פּאָליציי האָט גענומען שיסן אין דעם עולם. דער סוף איז געווען, אַז אַ סך מענטשן זײַנען אומגעקומען. די דאָזיקע געשעעניש איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג איבער דער גאָרער וועלט. אין קורצן איז די דאַטע איבערגערוקט געוואָרן פֿון דעם 4טן אויפֿן 1טן מײַ און מע האָט זי אָנגעהויבן אָפּצומערקן, ווי דער טאָג פֿון דער פּראָלעטאַרישער סאָלידאַריטעט. אין אַ צאָל לענדער איז עס נאָך אַלץ אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ.
אין אַמעריקע, אָבער, איז דער יום-טובֿ כּמעט אין גאַנצן אָפּגעשטאָרבן. ווען איז עס געשען, ווייס איך ניט. אָבער ס‘איז קלאָר, אַז געשען איז עס ניט נאָר ווײַל די סאָציאַליסטישע באַוועגונג איז שטאַרק אָפּגעשוואַכט געוואָרן אין אַמעריקע, אָבער אויך ווײַל דער ערשטער מײַ האָט אַלץ מער געהאַט אַ שײַכות מיט קאָמוניזם. די פֿאַרבליבענע סאָציאַליסטן, ייִדישע און ניט-ייִדישע, האָבן זיך געמיאוסט צו זײַן אַסאָציִיִרט מיט די קאָמוניסטן.
אָבער דאָס איז, אַזוי צו זאָגן, אַ בילד, וואָס איך זע נאָר אין אַלגעמיינע קאָנטורן. אפֿשר האָט עמעצער געפֿאָרשט די ענדערונגען פֿון דעם ערשטן מײַ צום לייבאָר-טאָג, אָבער מיר איז אַזאַ פֿאָרשונג ניט באַקאַנט. דער פֿאַקט איז, אַז אין די הײַנטיקע טעג האָבן ס‘רובֿ אַמעריקאַנער, און ניט נאָר אַמעריקאַנער, קיין אַנונג ניט וועגן דער אַמאָליקער סאָציאַליסטישער טראַדיציע. נאָר אייניקע, אין תּוך אַרײַן מאַרגינאַלע גרופּעס, מערקן עס אָפּ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. (מחוץ אַמעריקע, זעט עס אויס אַנדערש. אין ישׂראל האָט מען עס אָפֿיציעל געפֿײַערט ביזן יאָר 1977, אָבער אויך אין הײַנט פֿאַרגעסט מען ניט, אַזוי אָדער אַנדערש, צו פּראַווען דעם יום-טובֿ.)
וועגן דעם טאָג האָבן קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן די ייִדיש-רעדנדיקע קאָמוניסטן, כּל-זמן אַזעלכע זײַנען נאָך געווען בנימצא. אין זייערע פּובליקאַציעס פֿלעגן זיי דרוקן כּלערליי קינסטלערישע ווערק פֿון די אַמעריקאַנער און ניט-אַמעריקאַנער מחברים. גאַנץ פּאָפּולער איז געווען, אַ שטייגער, דאָס ליד „מײַ‟ פֿון דעם סאָוועטישן דיכטער לייב קוויטקאָ, וואָס איז באַזונדערס באַקאַנט געוואָרן פֿאַר זײַנע קינדער-לידער:
אַ גוט מאָרגן, קינדערלעך!
נעמט מיך אויכעט מיט.
גרענעצן צעבינדן זיך,
און מע הערט שוין טריט.
אָט אויף אַלע וועגן
שפּאַנט דער מײַ אַנטקעגן!
הערט נאָר גוט זיך אײַן:
אפֿשר ווערט שוין פֿרײַ —
אַרבעטער פֿון ענגלאַנד,
פֿראַנקרײַך און קיטײַ [כינע],
אַרבעטער פֿון דײַטשלאַנד,
אינדיע און אַמעריקע,
יאַפּאַן און טערקײַ.
זיי אין אַלע היימען
גייען מיט אונדז אינאיינעם —
הײַנט איז אונדזער מײַ.
גאָר ניט אַלע ווייסן, אַז דער ערשטער מײַ בלײַבט אַן אָפֿיציעלער אַמעריקאַנער יום-טובֿ, אָבער, חס-וחלילה, ניט פֿון דער „פּראָלעטאַרישער סאָלידאַריטעט‟. דאָס איז דער „לאָיאַליטעט-טאָג‟, וואָס האָט תּחילת, זינט 1921, געהייסן דער „טאָג פֿון אַמעריקאַניזאַציע‟. אײַנגעפֿירט האָט מען אים ער זאָל קאָנקורירן מיט דעם פּראָלעטאַרישן טאָג. עס קאָנקורירן אויך פֿאַרשיידענע באַטײַטן פֿאַרן נאָמען „מאַיאַ‟. אייניקע פֿון זיי, בפֿרט אין רוסלאַנד, זײַנען טאַקע געווען אָנגערופֿן אַזוי לכּבֿוד דעם ערשטן מײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.