ניו־יאָרק. — אויף אַ ליציטאַציע בײַ „סאָטביס‟ מאָנטיק, האָט דער „ישׂראל־מוזיי‟ אין ירושלים, בשותּפֿות מיטן „מעטראָפּאַליטאַן־מוזיי פֿון קונסט‟ אין ניו־יאָרק, באַצאָלט אַ רעקאָרד־הויכן פּרײַז פֿאַר אַן עקזעמפּלאַר פֿון דער „משנה־תּורה‟, וואָס דער רמב״ם האָט אָנגעשריבן אינעם 15טן יאָרהונדערט.
דער חפֿץ איז געווען איינער פֿון 400 עקספּאָנאַטן פֿון אַ גרויסער זאַמלונג יודאַיִקאַ, וואָס האָט ביז איצט געהערט צום געשעפֿטסמאַן און פֿילאַנטראָפּ, מײַקל סטײַנהאַרט.
„סאָטביס‟ האָט נישט אויסגעזאָגט דעם פּינקטלעכן פּרײַז פֿונעם כּתבֿ־יד, אָבער באַטאָנט, אַז דער פּרײַז איז געווען נאָך העכער ווי די 2.9 מיליאָן דאָלאַר, וואָס מע האָט באַצאָלט אין יאָר 1989 פֿאַר אַ פֿאַרצײַטיקער ספֿר־תּורה.
„דער פֿאַקט, אַז דעם אויסערגעוויינטלעכן כּתבֿ־יד האָבן אָפּגעקויפֿט דער ׳ישׂראל־מוזיי׳ און דער ׳מעטראָפּאַליטאַן־מוזיי פֿון קונסט׳ איז זייער רירנדיק, נעמענדיק אין באַטראַכט מײַן און מײַן פֿרויס לאַנג־יאָריקע מיטאַרבעט מיט ביידע אינסטיטוציעס,‟ האָט סטײַנהאַרט דערקלערט. „ס׳איז מיר ספּעציעל וויכטיק, וואָס דאָס איז די ערשטע ממשותדיקע קאָלאַבאָראַציע צווישן די צוויי מוזייען.‟
די קאָפּיע פֿון דער „משנה־תּורה‟ איז אָנגעשריבן געוואָרן אין צפֿון־איטאַליע אין 1457, און ווערט באַצייכנט ווי איינער פֿון די שענסטע אילוסטרירטע ייִדישע טעקסטן פֿון מיטל־עלטער, וואָס איז נאָך פֿאַרבליבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.