ישׂראל. אין אַ רײ ישׂראלדיקע שטעט זײַנען פֿאָרגעקומען די טראַדיציאָנעלע דעמאָנסטראַציעס, געװידמעטע דעם „סאָלידאַריטעט־טאָג פֿון דעם אַרבעטער־קלאַס‟, דעם 1טן מײַ.
װאַטיקאַן. דער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט זיך געטראָפֿן מיטן פּױפּסט פֿרענסיס און אים אײַנגעלאַדן צו באַזוכן ירושלים. די אײַנלאַדונג איז אָנגענומען געװאָרן.
װאַשינגטאָן. פּרעזידענט אָבאַמאַ: „עס זײַנען דאָ באַװײַזן, אַז אין סיריע האָט מען גענוצט דאָס כעמישע געװער, אָבער עס איז ניט קלאָר װער האָט עס גענוצט און װען‟.
משה יעלון, פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטער: „כאַמאַס‟ פּרובירט אײַנשטילן און באַרויִקן דעם שטח, אָבער מיר זײַנען דערװײַל ניט רויִק. אױב אַלץ װעט זײַן רויִק, װעלן מיר הײַנט עפֿענען די קאָנטראָל־פּונקטן מיטן עזה־פּאַס‟.
װײַסע הױז. די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט פֿאַראורטײלט דעם אַטענטאַט בײַם קרײצװעג תּפּוח, אין װעלכע ס‘איז דערמאָרדעט געװאָרן אַ ישׂראלדיקער בירגער, אַבֿיתּר באָראָװסקי, ז”ל. דאָס „װײַסע הױז‟ האָט אױסגעדריקט טיפֿע מיטלײַדן זײַן משפּחה.
גאַבי אַשכּנזי, געװעזענער ראָש פֿונעם גענעראַל־שטאַב: „די מפּלה פֿון אַסאַד װעט זײַן אַ שװערער קלאַפּ פֿאַר דער ׳כעזבאָלאַ׳ און איראַן‟.
מאָסקװע: „נאָכן נעכטיקן אינצידענט מיטן באַשיסן אונדזער פּאַסאַזשירן־אַעראָפּלאַנען מיט ראַקעטן, װעלן זיי מער ניט פֿליִען קײן סיריע‟.
רױם. די פּאָליצײ האָט אַרעסטירט זעקס טעראָריסטן פֿון דרום־מיזרח איטאַליע, מיטגלידער פֿון אַן איסלאַמישער ראַדיקאַלער כּנופֿיא, װעלכע האָבן באַקומען אינסטרוקציעס פֿון אױסלאַנד דורכפֿירן טעראָריסטישע זעלבסטמערדערישע אַקטן אין איטאַליע, ישׂראל און אַמעריקע.
קאַטאַר. שטעלפֿאַרטרעטער פֿון דער „אַראַבישער ליגע‟, מוכאַמאַד סאַביִאַך: „אונדזער דעלעגאַציע האָט געפֿאָדערט פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן מיטװירקן צו רעזאָלװירונג די פּאַלעסטינער פּראָבלעם און אָנערקענען די גרענעצן צװישן צװײ לענדער אױפֿן יסוד פֿון די גרענעצן פֿון 1967‟. יעקבֿ פּערי, געװעזענער ראָש פֿון ש”ב: „ס’איז די פּאַסיקע צײַט אױפֿהײבן די הענטשקע‟.
בנימין נתניהו: „דער שורש פֿונעם װיכּוח איז אין דעם, אַז די צװײטע זײַט װיל ניט
אָנערקענען דאָס רעכט פֿון ישׂראל צו זײַן אַ ייִדיש לאַנד‟. און גלײַך מיט דעם: „עס זײַנען דאָ װיכטיקע באַמיִונגען צו באַנײַען דעם שלום־פּראָצעס‟.
שמעון פּערעס: „איך מײן, אַז די רעאַלקײט װעט אונדז צװינגען צו קומען צום שלום־הסכּם: מיר האָבן ניט קײן אַנדער ברירה‟.
ראַמאַלאַ. סאַיִב אַריקאַט, דער פֿאַראַנטװאָרטלעכער פֿון דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע פֿאַר די אונטערהאַנדלונגען מיט ישׂראל: „די פּאָזיציע פֿון דער ׳אַראַבישער ליגע׳ װעגן דעם טעריטאָריעלן אױסטױש מיט ישׂראל איז אַן אָפֿיציעלע פּאָזיציע פֿון די פּאַלעסטינער‟.
שעלי יעכימאָװיטש, די פֿאָרזיצערין פֿון דער אָפּאָזיציאָנעלער אַרבעטס־פּאַרטײ: „איך רוף דעם פּרעמיער נתניהו צו פֿירן זיך װי אַ רײַפֿער דערװאַקסענער מענטש און אונטערהאַלטן די ׳קאַטאַרער איניציאַטיװ׳, װעלכע בעצם חזרט איבער דעם פּרעזידענט קלינטאָנס פּלאַן. אין אַ מצבֿ, װען די באַהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער װעלן זײַן אין אַ סכּנה, װעלן מיר צושטײן צו דער הערשנדיקער קאָאַליציע‟.
בײרוט. כאַסאַן נאַסראַלאַ: „ניט ׳כעזבאָלאַ׳ האָט געשיקט דעם אָנפּילאָטניק, װעלכן ישׂראל האָט אַראָפּגעשאָסן. יעדער אײנער װײסט, אַז בײַ אונדזער אָרגאַניזאַציע איז גענוג מוט, כּדי צו נעמען אױף זיך דאָס אַחריות פֿאַר יעדן אונדזערן טאַט, באַזונדערס, װען עס רעדט זיך װעגן שעדיקן די ישׂראלים‟.
ישׂראל. אױפֿן צפֿון פֿון לאַנד האָבן זיך אָנגעהױבן אומגעריכטע מיליטער־געניטונגען פֿון צה”ל. עס זײַנען מאָביליזירט געװאָרן אַרום 2000 רעזערװיסטן.
“יו־ען”. דער סירישער אַמבאַסאַדאָר אין דער „יו־ען‟ האָט געפֿאָדערט אױספֿאָרשן די פֿאַלן פֿון ניצן דעם כעמישן געװער מצד די באַװאָפֿנטע אָפּאָזיציאָנערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.