נאָך דעם 11טן סעפּטעמבער האָט זיך די אָמעריקאַנער באַפֿעלקערונג אָנגעשטעקט מיט אַ פּֿרישער אָבסעסיע; מע פֿרעגט זיך כּסדר די זעלבע פֿראַגע: „פֿאַרוואָס האָט מען אַמעריקע נישט ליב אין דער אַראַבישער וועלט?‟ דער געדאַנק איז געווען, אַז אַמעריקע האָט מיט עפּעס פֿאַרזינדיקט, און אויב מען וועט נאָר פֿאַרשטיין פּינקטלעך מיט וואָס און פֿאַרריכטן די דרכים, וועט מען פּטור ווערן פֿון טעראָריזם. דעריבער, מוז אַמעריקע זיך באַמיִען צו זײַן מער פּאָפּולער אין מיטל-מיזרח. ווי עס זאָל נישט זײַן, אַ קורצער איבערבליק איבער דער געשיכטע וועט קלאָר שטעלן, אַז אָננעמען אַזאַ צוגאַנג איז אַ גרויסער טעות — אין מיטל-מזרח איז כּבֿוד מער וויכטיק פֿון זײַן באַליבט.
די געשיכטע פֿון יאָרדאַניע איז אַ גוטער בײַשפּיל; מען וואָלט געקענט לכאורה מיינען, אַז יאָרדאַניע וואָלט געדאַרפֿט פֿײַנט האָבן ענגלאַנד. דעם מלכס עלטער-עלטער-זיידע כוסיין איז געווען דער שאַריף פֿון מעקאַ און דער פּרינץ פֿון גאַנץ כידזשאַז. ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער רעוואָלוציע קעגן דער אָטמאַנישער אימפּעריע, בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווײַל ענגלאַנד האָט צוגעזאָגט, אַז עס וועט מאַכן אים פֿאַר אַ כאַליף און עמיר איבער כּמעט דעם גאַנצן מיטל-מיזרח. על-כּל-פּנים, נאָך דער מלחמה האָט ענגלאַנד נישט געהאַלטן וואָרט. צום סוף, זענען נאָר יאָרדאַניע און איראַק געבליבן אין די הענט פֿון זײַנע זין.
עס וואָלט זיך געלעגן אויפֿן שׂכל, אַז די באַציִונגען צווישן יאָרדאַניע און ענגלאַנד וואָלטן געווען אָנגעשטרענגט, אָבער דער מצבֿ איז פּונקט אַ פֿאַרקערטער. דער הײַנטיקער קעניג אַבדאַלאַ איז אַ זון פֿון אַן ענגלישער פֿרוי. ער איז דערצויגן געוואָרן אין ענגלאַנד און אַמעריקע. נאָכדעם האָט ער אָנטיילגענומען אין אַ פּראָגראַם אין מיטל-מיזרח פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט און געדינט אינעם ענגלישן מיליטער, כּדי צו זײַן גרייט צו דינען אינעם יאָרדאַנישן מיליטער. פֿאַקטיש איז דער ערשטער מלך פֿון יאָרדאַניען געווען דער איינציקער, וואָס האָט נישט שטודירט מיליטערישע לימודים אין ענגלאַנד.
אויב די געשיכטע פֿון יאָרדאַניע באַווײַזט, אַז די באַציִונגען מיט די אַראַבער זײַנען נישט באַזירט דווקא אויף ליבע, באַווײַזט די געשיכטע פֿון עגיפּטן, אַז דאָס פּרוּוון געפֿעלן צו ווערן די אַראַבער קען זײַן שעדלעך. אין 1956 האָט דער עגיפּטישער פּרעזידענט גאַמאַל אַבדעל אַל-נאַסער נאַציאָנאַליזירט דעם סועץ־קאַנאַל און אים פֿאַרמאַכט, צוזאַמען מיט דעם דורכגאָס פֿון טיראַן פֿאַר ישׂראל־שיפֿן. ער האָט דאָס געטאָן, כּדי צו באַשטראָפֿן אַמעריקע, ווײַל זי האָט געסטראַשעט, אַז אויב דער ראַטן־פֿאַרבאַנד וועט אויך פֿינאַנצירן דאָס אויפֿבויען פֿון דער אַסוואַנער דאַמבע, וועט זי, אַמעריקע, נישט פֿינאַנצירן דעם פּראָיעקט, ווי זי האָט עס פֿריִער צוגעזאָגט. אָן דעם וויסן פֿון אַמעריקע, האָבן זיך ישׂראל, ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך אַרײַנגעריסן אין סיניער האַלב-אינדזל און דערגאַנגען ביז דער מערבֿ-זײַט פֿונעם קאַנאַל.
אַמעריקע האָט זיך גלײַך דערווײַטערט פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע און שטאַרק געשטיצט עגיפּטן אין די פֿאַרהאַנדלונגען נאָך דער מלחמה. וואַשינגטאָן האָט געהאָפֿט, אַז אַזוי וועט זיך עגיפּטן „אומקערן‟ קיין אַמעריקע און נישט אָנגיין מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד. איין ציל האָט אַמעריקע דערגרייכט, דהײַנו: ישׂראל, ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך האָבן אַלע אויפֿגעגעבן דעם שטח, וואָס מען האָט דעראָבערט, און דער קאַנאַל איז געבליבן נאַציאָנאַליזירט; אָבער אַמעריקע האָט נישט געקענט דערגרייכן דעם גרויסן ציל. נאַסער האָט זיך אַליִיִרט מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אייגנטלעך, איז דער 11טן סעפּטעמבער אויך אַ בײַשפּיל, פֿאַרוואָס ס׳איז אוממעגלעך צו באַפֿרידיקן די אַראַבער אָן צו זײַן לחלוטין שוואַך. די אינספּיראַציע פֿאַר „אַל-קײַדאַ‟ צו אַטאַקירן אַמעריקע איז געווען, ווײַל אַמעריקע האָט געמאַכט אַ יד־אחת מיט די אַרמייען פֿון קוּווייט, סאַודיע, קאַטאַר, די עמיראַטן, עגיפּטן און סיריע צו באַפֿרײַען קוּווייט פֿון איראַק אין דער ערשטער גאָלף-מלחמה. מען וואָלט געמיינט, אַז אַמעריקע וואָלט גאָרנישט נישט געקענט טאָן, וואָס קאָן מאַכן די אַראַבער צו זײַן מער פֿאַרליבט אין אַמעריקע, נאָר עס איז געשען פּונקט פֿאַרקערט; נישט ווייניק אַראַבער האָבן זיך געפֿרעגט, פֿאַרוואָס מישט אַמעריקע זיך אַרײַן אין די אינערלעכע אַראַבישע ענינים? די אַנדערע האָבן זיך געבייזערט, ווײַל די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן האָבן געקעמפֿט פֿון די באַזעס אינעם אַראַבישן האַלב-אינדזל און געגרינדעט „אַל-קײַדאַ‟, כּדי זיך נוקם זײַן.
אָט אַזוי זעט מען פֿון דער געשיכטע, אַז ווען מע פּרוּווט צו באַפֿרידיקן די אַראַבער, העלפֿט עס נישט; נאָך מער, עס קען אַפֿילו שאַטן. דער פּרײַז פֿון דער אַראַבישער ליבשאַפֿט איז נאָכצוגעבן, כּדי צו האָבן אַ וואָרט אין מיטל-מיזרח. עס שטעלט זיך די פֿראַגע: צי איז גרייט די אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג צו זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט, כּדי צו פֿאַרזיכערן איר נאַפֿט-קוואַל, בשעת אַ בלוטיקע דיקטאַטור קוילעט אויס זײַן אייגענעם פֿאָלק? און אַלץ נאָר צוליב דעם מען זאָל זי ליב האָבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.