אינעם יאָר 1939 איז קלעמענס קאַלישער געווען אַן אָרעמער 18־יאָריקער פּליט, וועלכער איז אַנטלאָפֿן פֿון נאַצי-דײַטשלאַנד קיין פּאַריז, וווּ ער האָט געפּטרט זײַנע לעצטע גראָשנס אויף אַ קליין ביכל מיטן נאָמען „Paris Vu Par‟ („געזען פּאַריז‟) — אַ זאַמלונג פֿון פּאַריזער בילדער פֿונעם אויסערגעוויינטלעכן אונגערישן פֿאָטאָרגאַף אַנדרע קערטעש. ווען די פֿראַנצויזישע רעגירונג האָט אים אַרעסטירט ווי אַ דײַטשישן בירגער, האָט ער געטראָגן דאָס דאָזיקע בוך מיט זיך. שפּעטער האָט זיך אים אײַנגעגעבן עס אָפּצוהיטן נאָכן אָנדערהאַלבן יאָר אין אַכט פֿראַנצויזישע אַרבעט-לאַגערן. עס זענען געווען צײַטן, ווען ער האָט אַרויסגעוואָרפֿן אַ פּאָר זײַטלעך פֿונעם בוך, ווײַל ס׳איז געווען פֿאַר אים שווער עס צו טראָגן; קאַלישער איז דעמאָלט געווען שרעקלעך אויסגעמאַטערט און האָט געווויגן בלויז 80 פֿונט. פֿונדעסטוועגן, האָט ער אָפּגעהיט דאָס קערטעשס פֿאָטאָ-זאַמלונג ביז הײַנט.
קאַלישער האָט איבערגעלעבט די מלחמה, ממש על-פּי־נס. ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט פֿראַנקרײַך, האָט ער אָפּגעזוכט זײַן משפּחה און אַנטלאָפֿן קיין מאַראָקאָ. דערנאָך האָט ער זיך דערקליבן קיין אַמעריקע — אָן געלט, אָן בילדונג, נישט קענענדיק קיין וואָרט ענגליש, נאָך אַלץ טראָגנדיק מיט זיך דאָס ביכל מיט די פּאַריזער פֿאָטאָגראַפֿיעס.
נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן, איז קאַלישער אַליין גיך געוואָרן אַ באַרימטער פֿאָטאָגראַף. במשך פֿון זעקס יאָר נאָך דעם מאָמענט, ווען ער האָט צום ערשטן מאָל גענומען אין די הענט אַ פֿאָטאָ-אַפּאַראַט, האָט ער גיך אַנטווילקט זײַן טאַלאַנט און געעפֿנט אַן אויסשטעלונג אינעם ניו-יאָרקער „מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט‟.
קאַלישער, אַ 92־יאָריקער זקן, וווינט איצט אין דער שטאָט סטאָקברידזש, שטאַט מאַסאַטשוסעטס. צוליב דעם, וואָס אין די הײַנטיקע צײַטן האָט די דיגיטאַלישע רעוואָלוציע אינגאַנצן געביטן דאָס פּנים פֿון דער פֿאָטאָ-קונסט, פֿאַרשטייט ער נישט מער, ווי אַזוי צו מאַכן פֿאָטאָגראַפֿיעס מיט די נײַע מכשירים. „ס׳זעט אויס, אַז מײַן מלאָכה איז פֿאַרעלטערט געוואָרן, און איך געהער צום פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט‟, האָט געטענהט דער אַלטער פֿאָטאָגראַף. ער ווייסט נישט, וועלכע קנעפּלעך מוז מען אָנקוועטשן אויף דער הײַנטיקער פֿאָטאָ-אַפּאַראַטור און ווי אַזוי דריקט מען די בילדער אָפּ.
אין קאַלישערס פּריוואַטער קאָלעקציע ליגן עטלעכע הונדערטער טויזנט פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע ער האָט געמאַכט במשך פֿון 70 יאָר. פּאָטענציאַלע קונים באַזוכן כּסדר זײַן היים. דער באַרימטער פֿאָטאָגראַף איז געבוירן געוואָרן אין לינדאַו, דײַטשלאַנד, אינעם יאָר 1921, און אויפֿגעוואַקסן אין נאָרדהאַוזען. זינט 1950 וווינט ער איז סטאָקברידזש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.