אין אַפּריל זײַנען אין מאָלדאָווע דורכגעפֿירט געוואָרן אונטערנעמונגען, לזכּרון די „טעג פֿון צער‟ — 110 יאָר זינט דעם טרויעריק־באַרימטן קעשענעווער פּאָגראָם 1903. אין משך פֿון אַ וואָך, אינעם צענטער פֿון קעשענעוו, בײַם דענקמאָל פֿונעם נאַציאָנאַלן העלד שטעפֿאַן טשעל מאַרע (דער גרויסער) זײַנען אַרויסגעשטעלט געוואָרן גרויסע בילדער פֿון די געליטענע אינעם פּאָגראָם, געמאַכט אין יענער צײַט; אויסצוגן פֿון דאָקומענטן און קאָמענטאַרן פֿון אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן פֿון רוסלאַנד און אויסלאַנד, וועלכע פֿאַראורטיילן די שרעקלעכע מענטשלעכע טראַגעדיע, בתוכם ביאַליקס פּאָעמע „אין שחיטה־שטאָט‟. דאָס צענטראַלע אָרט אין דער עקספּאָזיציע האָט פֿאַרנומען די ליסטע מיט נעמען פֿון די 49 קרבנות.
ווען כ‘האָב געזען די פֿאָטאָ־עקספּאָזיציע, האָב איך זיך דערמאָנט, ווי מיט דרײַ יאָר צוריק אויפֿן זעלבן אָרט בײַם דענקמאָל האָבן זיך געוואַלגערט שטיקער פֿון דעם צעבראָכענעם חנוכּה־לאָמפּ, געבראַכט אַהער פֿון די הײַנטיקע נאַציאָנאַליסטן־אַנטיסעמיטן, אין שפּיץ מיטן גלח טשיבריק.
די הויפּט־אונטערנעמונג אין קעשענעוו איז דורכגעגאַנגען אין דער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿט פֿון מאָלדאָווע, וווּ ס‘האָבן זיך צונויפֿגענומען די וויסנשאַפֿטלער פֿון פֿאַרשידענע לענדער אויף דעם אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיום „קעשענעווער פּאָגראָם 1903 און זײַן ווירקונג אין בעסאַראַביע און איבער דער וועלט‟. בײַ דער עפֿענונג האָט אורן דוד, דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין מאָלדאָווע, געזאָגט: „מע מוז אָנערקענען, אַז די קעשענעווער טראַגעדיע האָט משפּיע געווען אויף דער שפּעטערדיקער אַנטוויקלונג פֿונעם זעלבסטבאַוווּסטזײַן בײַם ייִדנטום אין דער וועלט און בײַם אויספֿורעמען די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿטלעכע מיינונג. הײַנט, נאָך 110 יאָר פֿון דעם בלוטיקן געשעעניש, איז אונדזער חובֿ נישט בלויז צו געדענקען די קרבנות, נאָר טאָן אַלץ, אַז אַזאַ טראַגעדיע זאָל זיך מער נישט איבערחזרן‟.
נישט געקוקט אויף דער קליינער צאָל רעפֿערענטן, האָט דער סימפּאָזיום גופֿא זיך אײַנגעגעבן, און איז געווען גאָר באַלערנדיק. אַזוי, למשל, איז ד״ר שמואל פּאָלישטשוק (ישׂראל), דירעקטאָר פֿונעם ישׂראלדיקן קולטור־צענטער אין מאָלדאָווע, אויפֿגעטראָטן אויף דער טעמע „ציוניזם נאָכן קעשענעווער פּאָגראָם: פֿון ביאַליקס ׳אין שחיטה־שטאָט׳ ביזן שאַפֿן מדינת־ישׂראל‟.
דער געלערנטער סערגיי שפּאַגין (רוסלאַנד) האָט דערציילט וועגן דער טעטיקייט פֿונעם רוסישן שרײַבער־הומאַניסט וולאַדימיר קאָראָלענקאָ, וואָס האָט דעמאָלט צווישן די ערשטע אין צאַרישן רוסלאַנד אויסגעדריקט זײַן פּראָטעסט אינעם באַרימטן אַרטיקל „הויז נומ‘ 13‟. דער פֿילאָלאָג איגאָר אַלענין (רוסלאַנד) האָט אַנאַליזירט דאָס בוך פֿון משה סלוצקי, וואָס איז געווען אין יענער צײַט דער הויפּט־דאָקטער פֿונעם ייִדישן שפּיטאָל אין קעשענעוו און אָנגעשריבן זײַנע דערמאָנונגען „אין די טעג פֿון צער‟. אַלענין האָט באַטאָנט, אַז דאָס בוך זכרונות איז מעגלעך „דער ערשטער פּרוּוו צו באַזיניקן די סיבות און נאָכווייענישן פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם 1903‟.
די יונגע געלערנטע ד״ר פֿון פֿילאָלאָגיע, אירינע שיכאָוו (מאָלדאָווע) האָט געמאַכט אַן איבערזיכט פֿון דער קינסטלערישער ליטעראַטור, וווּ עס גייט די רייד וועגן דעם קעשענעווער פּאָגראָם. חוץ די דערמאָנטע, ביאַליק און קאָראָלענקאָ, זײַנען אָנגערופֿן געוואָרן די ווערק פֿון די מאָדערנע שרײַבער — יורי קאָלעסניק „אומבאַקאַנטע בעסאַראַביע‟, „היסטאָרישע פּאָרטרעטן‟ פֿון יעקבֿ קאָפּאַנסקי, דער היסטאָרישער ראָמאַן פֿון באָריס סאַנדלער „ווען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אויגן‟, וואָס איז אַרויס צום 100־יאָריקן יאָרצײַט נאָכן קעשענעווער פּאָגראָם און דער ראָמאַן פֿון יחיאל שרײַבמאַן „זיבן יאָר מיט זיבן חדשים‟, וווּ עס ווערן דערמאָנט די טרויעריקע טעג.
צווישן די אונטערנעמונגען איז אויך כּדאַי צו דערמאָנען דעם באַזוך און דעם מיטינג בײַם דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿונעם פּאָגראָם 1903, וואָס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויפֿן אָרט פֿונעם אַלטן קעשענעווער בית־עולם, איצט אַ שטאָטישער פּאַרק „אַלוניעל‟. אין דעם מיטינג האָבן זיך באַטייליקט די ערשטע פּערזאָנען פֿון דער מאָלדאַווישער רעגירונג, דיפּלאָמאַטישער קאָרפּוס, פֿירער פֿון די ייִדישע קהילות אין לאַנד. נישט געקוקט אויפֿן רעגן, האָט זיך בײַם דענקמאָל צונויפֿגעזאַמלט אַ בכּבֿודיקער עולם פֿון עטלעכע הונדערט מענטשן, צווישן זיי אַ סך קינדער, תּלמידים פֿון די צוויי שטאָטישע ייִדישע שולן. אויף דעם מיטינג איז אויפֿגעטראָטן דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מאָלדאָווע וולאַד פֿילאַט.
צווישן די אויסלענדישע געסט האָבן גערעדט די אַמבאַסאַדאָרן פֿון אַמעריקע, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, רומעניע און אַנדערע. געשלאָסן האָט מען דעם מיטינג מיטן זינגען „התּיקווה‟.
פֿאַרנאַכט, אינעם זעלבן טאָג, איז אין דער מאָלדאַווישער פֿילהאַרמאָניע פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכע אַקאַדעמיע, געווידמעט דער היסטאָרישער דאַטע און אַ קאָנצערט־פּראָגראַם, אין וועלכער עס האָט זיך באַטייליקט דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון דער מאָלדאַווישער פֿילהאַרמאָניע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.