דאַסקאַלאָוויץ באַקומט 5 יאָר

Dascalowitz Gets 5 Years

מאיר דאַסקאַלאָוויץ
מאיר דאַסקאַלאָוויץ

פֿון יואל ענגלמאַן

Published May 01, 2013, issue of May 24, 2013.

מאיר דאַסקאַלאָוויץ איז הײַנט, אינעם ברוקלינער העכסטן געריכט, פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 5 יאָר תּפֿיסה פֿאַרן פֿאַרגוואַלדיקן אַ קינד אין מיקווה.

נאָכן אָפּזיצן דעם טערמין, וועט ער זיך געפֿינען אונטערן פּאָליציי-אויפֿזיכט במשך פֿון 10 יאָר. צוליב דעם, וואָס ער זיצט שוין איבער צוויי יאָר אין תּפֿיסה, וועט ער, מסתּמא, אַרויס בלויז אין צוויי און אַ האַלב יאָר אַרום.

דער פּראָקוראָר האָט פֿאָרגעלייענט די הודאה פֿונעם פֿאַרמישפּטן. דער אַדוואָקאַט האָט געזאָגט, אַז דאַסקאַלאָוויץ האָט אים געגעבן דעם רשות צו דערקלערן דעם געריכט, אַז ער פֿילט חרטה פֿאַר זײַן פֿאַרברעכן. די מאַמע פֿונעם פֿאַרגוואַלדיקטן ייִנגל איז אויך אויפֿגעטראָטן אינעם געריכט, טענהנדיק צו דאַסקאַלאָוויצן: „ווי האָסטו געוואַגט צו צעשטערן מײַן אוצר?‟

עטלעכע פֿרײַנד פֿון דער געליטענער משפּחה און אַ צאָל קהילה-מיטגלידער זענען אויך געקומען אינעם געריכט, כּדי צו שטיצן דעם קרבן פֿונעם גוואַלד-אַקט.