רױם. ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט באַקומען דעם מעדאַל „פֿאַר די פֿאַרדינסטן למען שלום אױף דער װעלט‟.
בײרוט. כאַסאַן נאַסראַלאַ: „סיריע האָט אמתע פֿרײַנד. די ׳כעזבאָלאַ׳־סאָלדאַטן קעמפֿן אױף דער זײַט פֿון דער סירישער אַרמײ. מיר קענען ניט דערלאָזן, אַז דאָס כעמישע געװער זאָל אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון די אַמעריקאַנער, ישׂראלים אָדער אַנדערע עקסטרעמיסטן‟. דער יוניפֿיל־כּוח אין לבֿנון באַקלאָגט זיך, אַז די „כעזבאָלאַ‟־אַקטיװיסטן באַפֿאַלט זײערע אָבסערװיר־פּונקטן אין דרום־לבֿנון און צװינגען זײ אָפּטרעטן פֿון זײערע פּאָזיציעס.
יאיר לאַפּיד, דער פֿינאַנץ־מיניסטער פֿון ישׂראל האָט פֿאָרגעלײגט צו פֿאַרגרעסערן דעם פֿאַרפּלאַנירטן בודזשעט־דעפֿיציט אױף 6,5 מיליאַרד שקלים ביזן סוף יאָר. דאָס װעט העלפֿן אָפּלײגן די גזירות אין סאָציאַלן סעקטאָר אױף 2014. דער בודזשעט־דעפֿיציט װעט דערגרײכן 50 מיליאַרד שקלים. די פֿינאַנץ־קאָמיסיע פֿון דער כּנסת האָט אָנגענומען דעם מדינה־בודזשעט אױף 2013–2014.
רבת־עמון, יאָרדאַנישער פּרעמיער אַבדאַלאַ נאָסור: „יאָרדאַנישע אַרמײ װעט זיך ניט אַרײַנמישן אינעם סירישן קאָנפֿליקט, און ניט דערלאָזן, אַז אַן אַנדער לאַנד זאָל נוצן די יאָרדאַנישע טעריטאָריע פֿאַר װעלכע ניט איז מיליטערישע צילן‟.
אַנקאַראַ. טערקישע דאָקטױרים טענהן, אַז אַ גרופּע פֿאַרװוּנדעטע סירישע רעבעלן, װעלכע זײַנען איבערגעפֿירט געװאָרן אינעם טערקישן מיליטערישן שפּיטאָל, זײַנען פֿאַרסמט געװען פֿון כעמישן געװער.
כּנסת. די „ישׂראל ביתנו‟־פּאַרטײ האָט אַרײַנגעטראָגן אין כּנסת אַ פֿאָרשלאַג פֿון אַ געזעץ, װעלכער דאַרף פֿאַרקלענערן די צאָל מיניסטאָרן ביז 19, העכערן ביז 4% דעם דורכגאַנג־ניוואָ בײַ די כּנסת־װאַלן און פֿאָדערן מינימום 61 כּנסת־מיטגלידער בײַם אַרויסצוטראָגן אַן אומצוטרױ־װאָטום דער רעגירונג. דער נײַער געזעץ, לױט דער מײנונג פֿון „ישׂראל ביתנו‟, װעט סטאַביליזירן די אַרבעט פֿון דער רעגירונג און דער כּנסת.
אַבו מאַזען: „פּאַלעסטינער האָבן אָפֿיציעל אָנערקענט מדינת־ישׂראל אין יאָר 1994 און זי קען זיך אָנרופֿן אַזױ װי זי װיל. מיר זײַנען תּמיד געװען גרײט צו די טעריטאָריעלע אױסטױשונגען מיט ישׂראל‟.
בנימין נתניהו: „מיר האָבן ניט קײן פֿאָרױסיקע תּנאָים פֿאַרן אָנהײבן די אונטערהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, אָבער צום סוף פֿונעם משׂא־מתּן־פּראָצעס מוזן זײ אָנערקענען מדינת־ישׂראל װי אַ ייִדיש לאַנד און גאַראַנטירן סטאַבילע זיכערקײט פֿון מדינת־ישׂראל‟.
צה”ל. אַ דײַטשישער טוריסט איז באַפֿאַלן אַ ישׂראלדיקן גרענעצלער בײַם דורכגאַנג־פּונקט צװישן יאָרדאַניע און ישׂראל. ער האָט פּרובירט צונעמען בײַם גרענעצלער דאָס געװער. דער טוריסט איז אַרעסטירט געװאָרן. די מאָטיװן פֿון זײַן װילדער אױפֿפֿירונג זײַנען ניט קלאָר.
אַל־מאַנאַר. דער „כעזבאָלאַ‟־ראַדיאָ האָט געמאָלדן, אַז אַ ישׂראלדיקער בירגער, סימאָן סעדתי פֿון תּל־אָבֿיבֿ האָט געגנבֿעט די גרענעץ מיט לבֿנון און איז אַרעסטירט געװאָרן.
חיפֿה. רוסישע מיליטער־שיף „אַזאָװ‟ איז אָנגעקומען מיט אַ פֿרײַנדלעכן װיזיט קײן חיפֿה לױט דער אײַנלאַדונג פֿון די ישׂראל־װעטעראַנען פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה.
געזונטהײט־מיניסטעריום פֿון ישׂראל װאָרנט: דער געטראַנק „ענערדזשי G‟ איז מסוכּן פֿאַרן געזונט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.