צו דער צײַט, ווען איך האָב אָנגעהויבן לייענען „דערוואַקסענע‟ ביכער, איז איסאַק באַבעל, אַן אומגעבראַכטער מצד סטאַלינס תּלינים, שוין רעהאַביליטירט געוואָרן און זײַנע ווערק האָט מען געקענט קריגן. אמת, געווען איז עס ניט גרינג, ווײַל אין קיין ביכער-געשעפֿטן זײַנען אַזעלכע ביכער פֿרײַ ניט געלעגן. ניט צוליב צענזור, נאָר צוליב דעם, וואָס מע פֿלעגט זיי גלײַך צעכאַפּן. באַזונדערס האָט מען זיך פּאָסמאַקעוועט פֿון זײַנע „אָדעסער דערציילונג‟, וועגן גזלנים און אַנדערע „זאַפֿטיקע‟ טיפּן. דער אמתער טעם פֿון די דערציילונגען ווערט פֿאַרלוירן אין די איבערזעצונגען, בפֿרט אויף ענגליש. באַבעל איז דאָך געווען אַ גרויסער שפּראַך-מײַסער, דערצו האָט ער אַ סך געאַרבעט מיט דער „אָדעסער שפּראַך‟, וואָס פֿאַלט ווי דער ערשטער קרבן בײַם איבערזעצן זײַנע ווערק.
איז נאָך אַ מאָל: געלייענט האָב איך באַבעלן צום ערשטן מאָל נאָך אין גאָר יונגע יאָרן מײַנע, אָבער קיין קענער פֿון באַבעלן בין איך קיין מאָל ניט געווען. אַ פּאָר אַזעלכע קענער האָב איך געקענט אין מאָסקווע. זיי פֿלעגן אַרײַנקומען אין דער רעדאַקציע פֿונעם ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. איך געדענק שוין ניט, צי אין זייער אַרײַנקומען איז געלעגן עפּעס אַ פּראַקטישער ציל. עס האָט זיך נאָר פֿאַרגעדענקט, ווי מיר זיצן, רייכערן אין מײַן געראַמען צימער, אונטער אַ גרויסן באַרעליעף פֿון לענינען (עפּעס אַ ייִדישער קינסטלער האָט עס געמאַכט), און איך הער אויס אַ פֿרישע מעשׂה-שהיה. פֿון די מעשׂיות איז אין מײַן קאָפּ גאָרנישט ניט פֿאַרבליבן. אָבער די פֿראַגע, וואָס איך פֿלעג זיי, די עקספּערטן, שטעלן, האָט זיך יאָ אָפּגעהיט אין מײַן זכּרון: מיך האָט אינטערעסירט, צי באַבעל האָט טאַקע געקענט ייִדיש, און קיין קלאָרן ענטפֿער האָט מיר דעמאָלט קיינער ניט געגעבן.
און דאָך, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, ווען איך בין געזעסן אין אַ מאָסקווער אַרכיוו און געזוכט כּלערליי „אַלטע זאַכן‟, האָב איך פּלוצעם זיך אָנגעשטויסן אויף אַ באַווײַז פֿון באַבעלס ייִדיש. מע קען ניט זײַן זיכער, צי ער האָט טאַקע געקענט גוט רעדן די שפּראַך, אָבער צו פֿאַרשטיין און צו לייענען האָט ער, משמעות, קיין פּראָבלעמען ניט געהאַט. איך וויל זיך דאָ ניט איבערחזרן, ווײַל וועגן באַבעלס ייִדיש האָב איך שוין געשריבן אי אויף ייִדיש, אי אויף רוסיש, אי אויף ענגליש.
צי מיינט עס אָבער, אַז איסאַק באַבעל איז געווען אַ ייִדישער שרײַבער? לויט מײַן מיינונג — לאַוו-דווקא. איך מיין אַזוי גאָר ניט צוליב מײַן „ייִדיש-שאָוויניזם‟. איך האַלט פּשט, אַז דער שרײַבער קען קאַטעגאָריזירט ווערן ווי אַ ייִדישער נאָר אויב ער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַזאַ און געשריבן, קודם-כּל, פֿאַר ייִדישע לייענער. אין דעם זין, איז באַבעל אַ רוסישער שרײַבער. אַזוי, יענדפֿאַלס, האַלט איך, כאָטש איך ווייס, אַז עס זײַנען דאָ ניט ווייניק ליטעראַטור-קענער און סתּם לייענער, וועלכע זײַנען זיכער, אַז אים דאַרף מען כאַראַקטעריזירן נאָר ווי אַ רוסיש-שפּראַכיקן ייִדישן פּראָזאַיִקער.
אויף דעם קען איך זאָגן נאָר איין זאַך: איך באַצי זיך מיט דרך-ארץ צו זייער מיינונג, ווײַל די רייד גייט דאָ וועגן אַן ענין, וואָס האָט ניט קיין שײַכות צו וויסנשאַפֿט. דאָס איז ווי, למשל, מיט ווײַן: אייניקע מענטשן געפֿעלט עס, בעת אַנדערע קענען עס האַלטן פֿאַר סם-המוות.
וואָס זאָל איך טאָן, אַז איך בין לחלוטין ניט מסכּים אויך מיט דער פֿאַרשפּרייטער עטימאָלאָגיע פֿון דעם פֿאַמיליע-נאָמען „באַבעל‟? מע האָט זיך אײַנגערעדט, אַז זײַן נאָמען שטאַמט פֿון „בבֿל‟. איך טראָג אויך דעם נאָמען פֿון אַ לאַנד, אָבער אין מײַן פֿאַל איז עס אַ גאַנץ קלאָרע זאַך: עמעצער פֿון מײַנע אָבֿות איז געווען, נעבעך, אַ בירגער פֿון עסטרײַך — אַ גאַליציאַנער, אַ פּנים. אָבער פֿון וואַנען, פֿון וואָס פֿאַר אַ באַרג האָט געקענט אין תּחום-המושבֿ אַראָפּפֿאַלן אַ בבֿלער ייִדן? און פֿאַר וואָס האָט דער דאָזיקער נאָמען, באַבעל, ניט געקענט שטאַמען, אַ שטייגער-למשל, פֿון דעם רוסישן „באָביל‟, бобыль, אָדער, נאָך בעסער, דעם ווײַסרוסישן „באַביל‟, бабыль, וואָס מיינט, אַ מענטשן, וואָס האָט ניט קיין משפּחה און קיין באַלעבאַטישקייט? אויף מײַן האַלב-ליטוואַקישן שׂכל לייגט זיך אַזאַ עטימאָלאָגיע זייער גרינג.
איך שרײַב דאָס אַלץ אַקעגן דעם, וואָס די טעג איז מיר אויסגעקומען, אַ דאַנק דער מתּנה פֿונעם מחבר, אפֿרים זיכער, איבערצולייענען אַ וואָגיקע פֿאָרשונג וועגן איסאַק באַבעלן: Babel’ in Context: A Study in Cultural Identity, „באַבעל אין קאָנטעקסט: אַ שטודיע פֿון קולטור-אידענטיטעט‟. פּראָפֿעסאָר זיכער, וואָס איז אַ באַקאַנטער ישׂראלדיקער ליטעראַטור-היסטאָריקער, איז דווקא פֿון דעם צד, וואָס קוקט אויף באַבעלן ווי אויף אַ ייִדישן שרײַבער. הגם כ‘בין מיט אים ניט מסכּים (אין דעם זין), רעקאָמענדיר איך איבערצולייענען זײַן בוך, ווײַל עס מאַכט דעם לייענער אַ סך קליגער — אי וועגן באַבעלס לעבן, אי וועגן באַבעלס שאַפֿן. אַ גרויסע, ניצלעכע אַרבעט איז אַרײַנגעלייגט געוואָרן אין דעם דאָזיקן בוך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.