די שטאָט באַזעל איז באַקאַנט אין דער ייִדישער געשיכטע ווי די שטאָט, וווּ דער ערשטער ציוניסטישער קאָנגרעס, אָנגעפֿירט פֿון טעאָדאָר הערצל, איז פֿאָרגעקומען אין 1897; נאָך נײַן ציוניסטישע קאָנגרעסן האָט מען דאָרטן אָפּגעהאַלטן. בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט זענען אַהין ייִדישע אינטעלעקטואַלן און רעוואָלוציאָנערן אַנטלאָפֿן פֿון דער צאַרישער פּאָליציי, און מער ווי איין דוד ייִדישע שרײַבער האָט דאָרטן פֿאַרבראַכט און שטודירט. ס‘רובֿ ייִדן זענען געווען פֿרײַע צוהערער; אַנדערע, ווי דער ליטעראַטור־היסטאָריקער ישׂראל צינבערג, האָבן באַקומען דאָרטן זייער דאָקטאָראַט, און צוריקגעפֿאָרן קיין רוסלאַנד.
אָבער באַזעל איז אַרײַן אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע מיט הונדערטער יאָרן פֿריִער, ווי אַ צענטער פֿון ייִדישע ביכער. אין 1602 איז אַרויס אין דרוק די ערשטע אויסגאַבע פֿונעם „מעשׂה־בוך‟; אַ זאַמלונג לעגענדעס און פֿאָלק־מעשׂיות אויף ייִדיש, וואָס איז געוואָרן אַ „בעסט־סעלער‟ אין זײַן צײַט. נײַע אויפֿלאַגעס האָט מען איבערגעדרוקט הונדערטער יאָרן נאָך דעם. אין 2004 האָט ד״ר אַסטריד שטאַרק, לכּבֿוד 400 יאָר „מעשׂה־בוך‟, אָפּגעדרוקט אַ פֿאַקסימילע פֿונעם 1602 באַנד אין צוויי בענד, מיט אַ פֿראַנצייזישער איבערזעצונג און אַרומנעמיקע באַמערקונגען און הערות. דער ספֿר „בראַנטשפּיגל‟, אַ קלאַסיש מוסר־ווערק אויף ייִדיש, האָט מען אויך געדרוקט אין באַזעל אין 1602, און אין שפּעטערע יאָרן דער „ספֿר שמואל‟, „אײַן נײַע קלאָג־ליד‟ און אַנדערע. פֿאַר וואָס דרוקן אין באַזעל? ווען די קריסטלעכע דרוקער אין דער שטאָט האָבן אָנגעהויבן צו דרוקן ביכער אויף לשון־קודש און ייִדיש, האָט מען געדאַרפֿט האָבן ייִדן צו העלפֿן. נאָך אַן איבעררײַס פֿון עטלעכע הונדערט יאָר האָט מען אינעם 19טן יאָרהונדערט נאָך אַמאָל דאָרטן געדרוקט ביכער אויף ייִדיש.
די אַלגעמיינע געשיכטע פֿון די ייִדן אין באַזעל איז נישט קיין פֿריילעכע. אינעם 13טן יאָרהונדערט האָט באַזעל פֿאַרמאָגט איינע פֿון די גרעסטע ייִדישע קהילות אין אייראָפּע און זי האָט געבליט מער ווי הונדערט יאָר ביז מע האָט די ייִדן באַשולדיקט אין פֿאַרשפּרייטן די מגפֿה און פֿאַרסמען די ברונעמס. 600 ייִדן זענען אומגעקומען על-קידוש־השם, ווען מע האָט זיי פֿאַרברענט אויף שײַטער־הויפֿן. צו ביסלעך זענען נאָך דעם אָנגעקומען ייִדן פֿון דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך, אונטערן רשות פֿון דער „הייליקער ראָמאַנישער אימפּעריע‟. אָבער די ווײַטערדיקע געשיכטע איז אויך געווען פֿול מיט רדיפֿות קעגן די ייִדן און געצוווּנגענע גירושים פֿון שטעט. ערשט אין 1874 האָבן די באַזעלער ייִדן באַקומען פֿולע ציווילע רעכט, און די הײַנטיקע קהילה שטאַמט בעצם פֿונעם 19טן יאָרהונדערט.
הײַנט שטייט אין שפּיץ פֿון דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט אין באַזעל דער „אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟, אַ נײַער טייל פֿונעם באַזעלער אוניווערסיטעט, געגרינדעט אין 1998. דאָרטן קען מען באַקומען אַ באַקאַלאַווער־ און מאַגיסטער־דיפּלאָם אין רעליגיע, עטיק, פֿילאָסאָפֿיע, געשיכטע, קונסט און ייִדישע שפּראַכן: העברעיִש, תּנכישע העברעיִש, לאַדינאָ און ייִדיש.
די ייִדישע שפּראַך־לערערין איז ד״ר שפֿרה קופּערמאַן, אַ פֿאָרשערין פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור. אויף דער טעמע האָט זי געשריבן — „פּען־ברידער: די פּאָליטיק פֿון ליטעראַטור 1905 ־ 1915‟. אַנדערע פֿאָרשונגען אירע פֿאַרנעמען זיך מיטן פּאָעט דוד איינהאָרן און דעם באַנעם פֿון משפּחה צווישן ייִדישע שרײַבער בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.
פּראָפֿ׳ תּמר לעווינסקי איז אַ היסטאָריקערין פֿון דער ייִדישער קולטור בײַם „אינסטיטוט‟, און מע האָט איר לעצטנס געגעבן די מעגלעכקייט בלויז צו פֿאָרשן און נישט לערנען. איידער זי איז געקומען קיין באַזעלער אוניווערסיטעט, האָט זי געלערנט ייִדיש אין מינכנער אוניווערסיטעט און באַקומען איר דאָקטאָראַט אין געשיכטע בײַם „לודוויג־מאַקסימיליאַן־אוניווערסיטעט‟ אין מינכן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור אין די שארית־הפּליטה־לאַגערן פֿון דײַטשלאַנד. אַנדערע אַרבעטן אויף דער טעמע האָט זי געשריבן וועגן ה. לייוויק און די שארית־הפּליטה, און די אָנהייבן פֿון ייִדישע צײַטונגען אין די שארית־הפּליטה־לאַגערן. זי האָט אויך קאָאָרדינירט אַ גרויסן פֿאָרש־פּראָיעקט — „די געשיכטע פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד נאָך 1945‟ — וואָס איז אַרויס אין 2012.
פּראָפֿ׳ לעווינסקי האָט פֿאַרבראַכט דעם גאַנצן חודש אַפּריל אינעם ייִוואָ־אַרכיוו און אין אַ קורצן שמועס מיט איר האָט זי דערציילט, אַז ס‘זענען געווען עטלעכע כוואַליעס פֿון שארית־הפּליטה צו די לאַגערן אין דײַטשלאַנד. למשל, ווען די ייִדן וואָס האָבן זיך געראַטעוועט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען אָנגעקומען אַהין, האָבן זיי געביטן דעם כאַראַקטער פֿון דער ייִדישער קולטור און אידעאָלאָגיע דאָרטן.
איצט פֿאָרשט זי וועגן דער שווייץ, ווי אַ פּונקט פֿון „טראַנסמיגראַציע‟ אין דער ייִדישער געשיכטע בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביזן סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דערווײַל קוקט זי אַרײַן אין די פּאַפּירן פֿון אַזוינע שרײַבער ווי חיים זשיטלאָווסקי און יעקבֿ שטיינבערג, און אַ סך אַנדערע זאַמלונגען בײַם ייִוואָ.
די באַזעלער ייִדישע באַפֿעלקערונג ציילט הײַנט אַן ערך 2000 נפֿשות, אָבער נישט געקוקט אויף דער קליינער צאָל, קען מען די שטאָט מצרף זײַן ווי אַ צענטער פֿון ייִדיש־שטודיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.