אַנקעטע: חידושים פֿון 100־יעריקע

Poll of 100-Year-Olds Reveals Surprises


פֿון „רויטערס‟

Published May 02, 2013, issue of May 24, 2013.

די 100־יעריקע אַמעריקאַנער זענען, בדרך־כּלל, צופֿרידן מיט זייער מצבֿ אין לעבן, און האַלטן, אַז דער מיטל צו דערגרייכן אַריכת־ימים איז צו בלײַבן אַקטיוו, ווײַזט אָן אַן אַנקעטע, וואָס איז דאָנערשטיק פּובליקירט געוואָרן.

אַ טייל פֿון די זקנים ניצן אַפֿילו בליצפּאָסט און „פֿייסבוק‟, כּדי צו בלײַבן אין פֿאַרבינדונג מיט משפּחה און פֿרײַנד.

די בני־מאה האָבן אויך אויסגעדריקט מער צופֿרידנקייט ווי די ייִנגערע פּענסיאָנערן — די „בייבי בומערס‟ — און האָבן שטאַרקער באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון עסן געזונט און שלאָפֿן גענוג.

„מיר זעען אַ בולטן אונטערשייד צווישן די צוויי דורות,‟ האָט באַמערקט ד״ר ראנדאַ ראַנדאַל, די הויפּט מעדיצינישע באַאַמטע בײַ דער געזונט־באַדינונג פֿירמע „יונײַטעד העלט־קער‟ (United HealthCare).

הגם די גענעטיק שפּילט זיכער א ראָלע אין אַריכת־ימים, זאָגט ראַנדאַל, אַז עס שפּילן צו אַנדערע פֿאַקטאָרן ווי, למשל, אַ פּאָזיטיווער צוגאַנג צום לעבן.

לויט דער סטאַטיסטיק פֿונעם צענזוס־ביוראָ, האָבן אין יאָר 2010 געוווינט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן מער ווי 53,000 100־יעריקע — אַ העכערונג פֿון 65.8% זינט 1980. מע ריכט זיך, אַז אינעם יאָר 2050, וועלן אין אַמעריקע וווינען 600,000 מענטשן פֿון אַזאַ הויכן עלטער.

די אַנקעטע פֿון הונדערט בני־מאה און 300 „בייבי־בומערס‟, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך „יונײַטעד העלט־קער‟, האָט אָנגעוויזן, אַז אַ העלפֿט פֿון די זקנים וואָלטן גאָרנישט געביטן אין זייער לעבן, אין פֿאַרגלײַך מיט בלויז 29% פֿון די „בייבי בומערס‟ וואָס האָבן געטראַכט אַזוי.

10% פֿון די 100־יעריקע האָבן געזאָגט, אַז זיי באַדויערן, וואָס זיי האָבן נישט בעסער אויפֿגעפּאַסט אויף זיך אַליין אָדער זיך קאָנצענטרירט מער אויף די באַציִונגען מיט זייער משפּחה און פֿרײַנד. בלויז 6% האָבן חרטה געהאַטw וואָס זיי האָבן נישט געהאַט מער געלט, אין פֿאַרגלײַך מיט 26% פֿון די „בייבי בומערס‟, וועלכע האָבן חרטה געהאַט, וואָס זיי זענען נישט געווען מער שפּאָרעוודיק.

ביידע דורות האָבן באַשטעטיקט די וויכטיקייט פֿון בלײַבן אַקטיוו און געזעלשאַפֿטלעך, און פֿון אָנהאַלטן נאָענטע באַציִונגען מיט דער משפּחה.

ווי אַ סימן פֿון דער וויכטיקייט פֿון געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונגען, האָבן מער ווי אַ דריטל פֿון די 100־יאָריקע געזאָגט, אַז זיי האָבן אָנגעהאַלטן כאָטש איין חבֿרשאַפֿט במשך פֿון מער ווי 75 יאָר.

הגם דער פֿאַרשפּרייטסטער אופֿן זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַנדערע איז געווען דער טראַדיציאָנעלער טעלעפֿאָן, האָבן כּמעט אַ העלפֿט פֿון ביידע גרופּעס מסכּים געווען, אַז מאָבילקעס, בליצפּאָסט און „טעקסטלעך‟ (טעלעפֿאָנישע בריוועלעך) זענען גרינגערע מיטלען צו בלײַבן אין פֿאַרבינדונג מיט זייערע קרובֿים און פֿרײַנד.

39% פֿון די 100־יעריקע ניצן „פֿייסבוק‟ און אַנדערע עלעקטראָנישע סאָציאַלע מיטלען, אין פֿאַרגלײַך מיט 56% פֿון די „בומערס‟.

דער אינטערעס צו טעכנאָלאָגישע קאָמוניקיר־מיטלען בײַ די 100־יעריקע איז אַ סימן פֿון זייער פּאָזיטיוון צוגאַנג צום לעבן, און ווײַזט אָן, אַז ס׳איז קיין מאָל נישט צו שפּעט זיך אויסצולערנען עפּעס נײַס, האָט ראַנדאַל באַמערקט.

אויף דער פֿראַגע, וואָס איז דער בעסטער אופֿן צו דערלעבן ביז הונדערט יאָר, האָבן מער ווי אַ דריטל געענטפֿערט: דאָס קאָנען פֿאַרברענגען מער צײַט מיט די קינדער און אייניקלעך, און 26% — דאָס קאָנען פֿאָרן אויף לענגערע וואַקאַציעס.