פּאָרטלענד, אָרעגאָן. — נישט לאַנג צוריק, האָט ליסאַ שרעדער, די בעל-הביתטע און די שעף-קעכערין פֿונעם פּאָרטלענדער באַר-רעסטאָראַן „מאַמעס‟ („Mother‘s Bistro & Bar‟), געמוזט באַהאַנדלען אַן אומאָנגענעמען קריזיס. איינער פֿון די רעסטאָראַן-אַרבעטער האָט זיך אויסגעגליטשט און אַרויסגעפֿאַלן דורך אַ צעבראָכענעם פֿענצטער אין דרויסן. ווען די מעדיקער האָבן געהאָלפֿן דעם געליטענעם יונגערמאַן, איז אינעם רעסטאָראַן געשטאַנען אַ ריי פֿון צענדליקער מענטשן, וועלכע האָבן געוואַרט אויף אַ פּלאַץ בײַם טיש. אין עטלעכע מינוט נאָכן אינצידענט, האָט שרעדער, אַ ייִדישע פֿרוי, וואָס רעדט מיט אַ שטאַרקן ברוקלינער אַקצענט, באַרויִקט דעם וואַרטנדיקן עולם.
די פּאָרטלענדער „ייִדישע מאַמע‟ האָט זיך אַליין אויסגעלערנט, ווי אַזוי אָנצופֿירן מיט אַ רעסטאָראַן, וועלכן זי האָט געעפֿנט אין 2002. זינט דעמאָלט, האָט זי פֿאַרדינט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ געניטער שעף-קעכערין פֿון אַ „נאַציאָנאַלן מאַסשטאַב‟. זי איז באַקאַנט ווי די איינציקע פֿרוי צווישן אַנדערע ייִדישע שעף-קעכער אין דער שטאָט, אַזעלכע ווי סקאָט סנײַדער, וועלכע פֿירט אָן מיטן ספֿרדישן רעסטאָראַן „לעוואַנט‟.
הגם שרעדערס רעסטאָראַן איז באַקאַנט ווי אַ ייִדישער, איז ער אָבער ווײַט פֿון כּשרות. מע קאָן דאָרטן באַשטעלן לעבער „לויט איר מאַמעס היימישן רעצעפּט‟ און אַ זופּ מיט מצה-קניידלעך, צוזאַמען מיט חזיר-פֿלייש און קראַבן. שרעדער, אַ 55־יאָריקע פֿרוי, האָט דערקלערט, אַז „אויב אַ מאַמע וואָלט געקאָנט עפּעס צוגרייטן — קאָנען מיר עס אויך טאָן‟. למשל, אַ טײַלענדישע מאַמע האָט איר אַמאָל געגעבן אַ געוויסן רעצעפּט, און דער מאכל איז אַרײַן אינעם מעניו.
שרעדער איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין פֿילאַדעלפֿיע. גלײַך נאָך דער מיטל־שול האָט זי חתונה געהאַט און איז אַוועקגעפֿאָרן מיט איר מאַן קיין ישׂראל; שפּעטער האָבן זיי זיך געגט. דערנאָך האָט זי זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע און איז געגאַנגען זיך לערנען אינעם „אַמעריקאַנער קולינאַרישן אינסטיטוט‟, וואָס זײַן קאַמפּוס געפֿינט זיך אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. זי האָט געאַרבעט אינעם מאַנהעטענער פֿראַנצויזישן רעסטאָראַן „Le Cirque‟ און אין עטלעכע רעסטאָראַנען אין פּראָוואַנס, דרום-פֿראַנקרײַך. שפּעטער האָט זי זיך באַקענט מיט אַ פּאָרטלענדער מאַן און באַשלאָסן, אַז דאָס איז די בעסטע שטאָט פֿאַר איר.
די בעל-הביתטע האָט געזאָגט, אַז זי האָט תּמיד געחלומט צו עפֿענען אַ רעסטאָראַן מיטן נאָמען „Mother‘s‟. יעדן חודש קלײַבט איר געשעפֿט אויס „די מאַמע פֿונעם חודש‟ — אַ פֿרוי, וועלכע לייגט פֿאָר עטלעכע נײַע רעצעפּטן פֿאַרן מעניו. זי קומט כּסדר צו געבן עצות בײַם נעוואַדער פֿעסטיוואַל „ברענענדיקער מאַן‟ — אַ קולטור-אונטערנעמונג מיט אַ ווילדן באָהעמישן טעם — וווּ זי רופֿט זיך אָן „מאַמעווײַץ‟.
אינעם בוכשטעבלעכן זין, איז שרעדער טאַקע אַ מאַמע און אַ באָבע פֿון פֿיר אייניקלעך. זי האַלט זיך פֿאַר אַ „ייִדישער מאַמע פֿאַר אַנדערע מענטשן‟. יעדער דאַרף האָבן אַ מאַמע, האָט זי באַטאָנט — נישט יעדער האָט אָבער אַן אייגענע. דערפֿאַר פּרוּווט זי צו באַזאָרגן אירע קליענטן דווקא מיט היימישע מאכלים מיט אַ „מאַמעס‟ טעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.