כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער באַציִונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק צו דער ייִדישער שפּראַך איז דער פֿאַקט, אַז די ייִדיש־פֿאָרשונג איז הונדערטער יאָרן געלעגן אין די הענט פֿון קריסטן. די דײַטשע הומאַניסטן און מיסיאָנערן האָבן די ערשטע זיך גענומען צו דער באַשרײַבונג און אַנאַליז פֿון דער שפּראַך; ערשטנס, ווי אַ מיטל צו פֿאַרגרינגערן דאָס לערנען זיך לשון־קודש, און צווייטנס, ווי אַ מיטל צוצוקומען צו די ייִדן און זיי מגייר צו זײַן. עס זײַנען אויך געווען אַזעלכע, וואָס האָבן אַרויסגעוויזן אַ ריין אינטעלעקטועלן אינטערעס צו ייִדן און אַ פֿרײַנדלעכע באַציִונג. פֿון זייער זײַט, איז די ייִדן אַליין ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז זייער גערעדטע שפּראַך איז עפּעס ווערט, ביז עס האָט אויף זיי גענומען ווירקן דער אייראָפּעיִשער נאַציאָנאַליזם סוף 19טן י”ה.
די דאָזיקע סתּירה איז ניט בלויז אַ היסטאָרישער פֿענאָמען. פּראָפֿ’ דזשעראָלד פֿרייקס, וואָס האָט אַליין אָנגעשריבן אַ וויכטיקע פֿאָרשונג וועגן די דײַטשע הומאַניסטן און זייער צוגאַנג צו ייִדיש, דערציילט אין זײַן בוך “די פּאָליטיק פֿון אינטערפּרעטאַציע” וועגן זײַנע פּרוּוון זיך צו לערנען דאָס לשון פֿון אַלטע ייִדן אין די 1980ער יאָרן. זיי האָבן מיט אים כּסדר געטענהט, אַז ס׳איז נישט כּדאַי, און אַז אַ ניט־ייִד קען סײַ ווי זיך ניט אויסלערנען ייִדיש, כאָטש פֿרייקס האָט (רעדנדיק מיט זיי נאָר ייִדיש) געענטפֿערט אויף זייערע אַלע טענות.
דערווײַל איז פֿרייקס געוואָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע ייִדישע פֿילאָלאָגן אויף דער גאַנצער וועלט, אַרויסגעגעבן צענדליקער ביכער און אַרטיקלען, אַרײַנגערעכנט אַ ריזיקע אַנטאָלאָגיע פֿון אַלטייִדישע טעקסטן און אַ באַאַרבעטונג פֿון אַ געשיכטע פֿון דער אַלטייִדישער ליטעראַטור. פֿאַר אַ יאָרן איז אַרויס נאָך אַן אַנטאָלאָגיע זײַנע, “ירושלים דליטא”, וועגן ווילנע, דאָס מאָל אויף אַ מאָדערנעם ייִדיש. איצט גרייט ער צו אַן אַלטייִדיש לערנבוך, אַן איבערזעצונג פֿון דער קלאַסישער אַלטייִדישער ליטעראַטור, און איין גאָט ווייסט וואָס נאָך. דאָ רעדט זיך נאָר וועגן זײַן ייִדיש־פֿאָרשונג — ווײַל ער האָט אויך אַ סך אויפֿגעטאָן אויפֿן געביט פֿון אַלטדײַטש און לאַטײַן און אַפֿילו טערקיש. ניט נאָר ער פֿאָרשט דעם רענעסאַנס, ער איז אַליין אַ רענעסאַנס־מענטש.
אונדזער אומגליק איז אָבער וואָס פֿרייקס האָט ניט קיין ייִדיש־פּאָסטן, ער איז דווקא אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ענגלישער ליטעראַטור אינעם אוניווערסיטעט פֿון באָפֿאַלאָ. נאָר זעלטן האָט ער די געלעגנהייט צו לערנען דאָס וואָס אינטערעסירט אים אַזוי שטאַרק, למשל, ווען ער קומט צו גאַסט אויף אַ זמן אין אַן אַנדער אוניווערסיטעט. אַזוי איז ער געקומען אין קאָלאָמביע, ניו־יאָרק, אין יאָר 2004, וווּ ער האָט דערלויבט מיר (ניט קיין סטודענט דאָרטן) צו זײַן אַ פֿרײַער צוהערער אין זײַן סעמינאַר.
אין משך פֿון דעם זמן האָט ער אויפֿגעדעקט עפּעס וויכטיקס. שפּאַצירנדיק אינעם מעטראָפּאָליטאַן־קונסטמוזיי, האָט ער זיך אָנגעשטויסן אין אַן אַלטייִדישער אויפֿשריפֿט, מסתּמא דער עלטסטער אויף דער וועלט, אײַנגעקריצט אין אַן אַרבאַלעט (crossbow בלע”ז) פֿון 15טן י”ה. דאָרט שטייט אויף ייִדיש (אָדער אויף דײַטש מיט העברעיִשע אותיות):
האב גות ליעב הוב הערצע
וואָס דאָס מיינט אפֿשר: “האָב גאָט ליב, האָב האַרץ!” [מוט]; אָדער אפֿשר “איך האָב גאָט ליב, איך האָב האַרץ”; אָדער אפֿשר “איך האָב גוט [שטאַרק] ליב”. עס זעט אויס, ווי דאָס איז געווען אַ חתונה־מתּנה פֿאַרן גראַף אולריך דער 5טער (“דער פֿילגעליבטער”) פֿון ווירטעמבערג, אין דרום־דײַטשלאַנד. האָט מען מסתּמא סתּם אויף טשיקאַוועס אויסגעקריצט די דאָזיקע ווערטער מיט העברעיִשע אותיות, אַזוי ווי די הײַנטיקע מענטשן מאַכן זיך טאַטויִרונגען פֿון כינעזישע אותיות וואָס זיי קענען אַליין נישט פֿאַרשטיין.
הײַיאָר האָט פּראָפֿ’ פֿרייקס געוווּנען אַ בכּבֿודיקע גוגענהיים־סטיפּענדיע פֿאַר זײַן ווײַטערדיקער פֿאָרשונג אין דער אַלטייִדישער ליטעראַטור. דער כּבֿוד פּאַסט אים, ווײַל די גוגענהיימס, וואָס זײַנען אין אַמעריקע געוואָרן גרויסע מיליאָנערן פֿון אויסגראָבן קופּער און אַנדערע מינעראַלן, זײַנען געווען שווייצער ייִדן, וואָס האָבן אין דער אַלטער היים אַליין גערעדט אַ מין אַלטייִדיש. הײַנט זײַנען זיי אָבער בעסער באַקאַנט פֿאַרן מאָדערנעם קונסטמוזיי אויף דער 5טער עוועניו אויפֿן נאָמען פֿון סאָלאָמאָן גוגענהיים — וווּ דער אַרײַנגאַנג איז אַזוי טײַער, אַז מען הערט דאָרט זעלטן ווען אַ ייִדיש וואָרט.
מיט איבער 8 יאָר צוריק, ווען פֿרייקסעס גרויסע אַנטאָלאָגיע איז אַרויס, האָב איך באַשטעלט פֿונעם אָקספֿאָרד־פֿאַרלאַג אַ פֿרײַען עקזעמפּלאַר, כּדי זי צו רעצענזירן אין “פֿאָרווערטס”. אָבער זינט דעמאָלט האָב איך קיין מאָל ניט געהאַט גענוג צײַט און כּוח דורכשטודירן דאָס מאָנומענטאַלע ווערק און מײַן רעצענזיע איז (נאָך) ניט דערשינען. איך האָב אַלע מאָל מורא, אַז די אָקספֿאָרד־מענטשן וועלן אַ מאָל אַ קלאַפּ טאָן אין מײַן טיר און פֿאַרלאַנגען דעם עקזעמפּלאַר צוריק. די ווילנע־אַנטאָלאָגיע האָב איך אויך בדעה געהאַט צו רעצענזירן, אָבער דער דרוק איז צו קליין פֿאַר מײַנע “אַלטע” אויגן.
איך פּערזענלעך שטאָלציר מיט פּראָפֿ’ פֿרייקס, ווײַל ער האָט גראַדויִרט פֿון דער זעלבער פּראָגראַם אין גערמאַנישער פֿילאָלאָגיע וווּ איך האָב אַ מאָל שטודירט אין מינעסאָטאַ. כאָטש ער איז געקומען מיט 30 יאָר פֿריִער, האָט ער געלערנט מיט די זעלבע אַלטמאָדישע פֿילאָלאָגן ווי איך. ווײַזט אויס, אַז פֿילאָלאָגיע איז אַ סגולה צו אַריכת־ימים.
מיט הונדערט יאָר צוריק, אין 1913, האָט בער באָראָכאָוו געדרוקט אין דעם ווילנער “פּנקס” זײַן עסיי “די אויפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע”, וווּ ער רעכנט אויס די אַלע זאַכן וואָס אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן האָבן, אָבער וואָס פֿעלן פֿאַר ייִדיש. פֿרייקס האָט אײַנגעזען, אַז ביז הײַנט האָט זיך דער מצבֿ נאָך אַלץ ניט פֿאַרבעסטערט. ס׳איז ניטאָ קיין אַלטייִדיש ווערטערבוך, ניטאָ קיין גראַמאַטיק, ניטאָ קיין אַנטאָלאָגיע פֿון וויכטיקע טעקסטן, ניטאָ קיין לערנבוך. די אַלע רעפֿערענץ־ביכער, וואָס ליגן בײַ דער האַנט בײַם לייענען אַן אַלטן טעקסט אויף ענגליש, דײַטש אָדער פֿראַנצייזיש, זײַנען אויף ייִדיש ניטאָ. האָט ער גענומען אויף זיך די עובֿדה אויסצופֿילן, כאָטש צום טייל, די דאָזיקע בלויזן, און דערווײַל האָט ער מסתּמא אויפֿגעטאָן מער אויף דעם פֿעלד ווי אַלע אַנדערע.
די ייִדיש־וועלט וואָלט געדאַרפֿט בעסער וויסן ווי אָפּצושאַצן פֿרייקס און זײַן צושטײַער צו דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע. אמת, פֿילאָלאָגן לעבן זייער לאַנג, אָבער כּל־זמן ער איז גרייט צו לערנען מיט סטודענטן, וואָלט מען געדאַרפֿט אויסניצן זײַן גרייטקייט. עס וואָלט געווען אַ יושר, ווען עפּעס אַן אינסטיטוציע פֿון העכערע ייִדישע לימודים דערמעגלעכט פּראָפֿ’ פֿרייקס צו לערנען מיטן הײַנטיקן דור אַמעריקאַנער ייִדיש־סטודענטן, וואָס פֿאַר זיי איז אַלטייִדיש געבליבן אַ ניט־אַנטדעקטער קאָנטינענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.